יוספ'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער
יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער, נאכן זיין אפגעהאקט צוויי און צוואנציג יאר, איז א סצענע וואס ווערט געשילדערט אין פרשת ויגש, בראשית מה.
די מעשה ווערט שטארק באארבעט אין מדרשי חז"ל וואס ערקלערן עס אויף פארשידענע וועגן, און מען לערנט זיך דערפון א מוסר השכל אויף די אינערליכע סתירות וואס גייען פאר ביי א מענטש.
הינטערגרונט
נאך מכירת יוסף, די מעשה פון יוסף און אשת פוטיפר, זיין ארעסט וואס האט נאכגעפאלגט, די חלומות פון שר המשקים און שר האופים און זייער ענטשיידונג דורך יוסף, זיין באפרייאונג צוליב פרעה'ס חלומות און דאס אויפנעמען פון יוסף צו הערשן אויף מצרים, זענען געזאמלט געווארן לויט זיין באפעל פילע אוצרות פון עסן אין די זאטע יארן, אלס פארברייטונג צו די הונגער יארן. נאך וואס די זיבן זאטע יארן האבן זיך געענדיגט האבן זיך אנגעהויבן די הונגער יארן, און פרעה האט געשיקט די איינוואוינער פון מצרים צו יוסף אנזאגנדיג אז זיי זאלן פאלגן אלעס וואס יוסף וועט זיי באפוילן, און יוסף האט זיי פארקויפט עסן פאר געלט[1].
דער גרויסער הונגער האט דערגרייכט אויך ארץ כנען, דער וואוינארט פון יעקב, און ער האט געשיקט זיינע זין צו נידערן קיין מצרים און קויפן עסן. יוסף האט זיך געפירט צו זיי פרעמד און געפאדערט אז זיי זאלן ברענגען בנימין[2]. ווען זיי זענען צוריקגעקומען מיט בנימין, האט יוסף זיי געגעבן עסן און ער האט באפוילן זיין באדינער אז ער זאל באהאלטן זיין בעכער אין די זאק פון בנימין. ווען זיי זענען ארויס האט ער געשיקט זיין באדינער זיי נאכצויאגן, דער באדינער האט "געטראפן" די בעכער אין די זאק פון בנימין און ער איז צוריקגענומען געווארן צום הויז פון יוסף. די ברידער, אין שפיץ פון יהודה, האבן נישט איינגעשטימט זיך צוריק צו קערן קיין כנען אן בנימין, און זיי האבן זיך אויך צוריק געקערט צום שטוב פון יוסף צו איינבעטן ביי אים[3].
די באגעגעניש
אנקומענדיג צו יוסף האט יהודה געזאגט צו יוסף אז זיי זענען אלע גרייט זיך צו פארשקלאפן פאר אים אנשטאט בנימין[4]. אבער יוסף האט זיי אפגעזאגט "איך וועל חלילה נישט טון אזא זאך, דער מענטש וואס ביי אים האט מען געפונען די בעכער ער וועט זיין מיין קנעכט, און איר, גייט ארויף צוריק צו אייער טאטע"[5].
נאך וואס יהודה האט זיך איינגעבעטן און געדראעט אז ער וועט חרוב לייגן גאנץ מצרים[6], האט יוסף זיך מער נישט געקענט איינהאלטן, ער האט באפוילן אז אלע וועכטער זאלן ארויסגיין, און דעמאלט האט ער זיך אנטפלעקט צו זיי מיט געוויין. די ברידער האבן זיך זייער דערשראקן אזש זיי האבן נישט געקענט ענטפערן.
וַיֹּאמֶר יוֹסֵף אֶל אֶחָיו, אֲנִי יוֹסֵף, הַעוֹד אָבִי חָי, וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו
— בראשית מה, ג
אין מדרש ווערט פארציילט אז אין אנפאנג האבן די ברידער נישט געקענט גלייבן, טראץ וואס ער האט גערעדט צו זיי אין לשון קודש און די צושטימינג פון בנימין, וויבאלד ווען מען האט אים פארקויפט איז ער נאך געווען יונג אן א בארד, און יעצט איז ער שוין געווען געבערדלט - ביז ווען יוסף האט זיי באוויזן אז ער איז גע'מל'עט.
יוסף האט זיי געטרייסט אז אלעס איז באשערט פון הימל און אז גאט האט אים עקסטער געשיקט קיין מצרים אז זיי זאלן האבן עסן ביי די הונגער יארן. יוסף האט געבעטן אז מען זאל ארויפגיין אינפארמירן זיין טאטן אז ער לעבט און הערשט אויף מצרים, און אז מען זאל אים אראפברענגען צו שפייזן זיך אינעם הונגער ביי אים.
דער רמב"ן ערקלערט אז ווען פרעה האט געהערט אז יוסף שטאמט נישט פון קנעכט נאר ער שטאמט פון יעקב האט אים עס זייער געפאלן, ”וייטב בעיני פרעה ובעיני עבדיו”, און דעריבער האט פרעה באפוילן אז מען זאל אראפברענגען יעקב און זיינע קינדער אין מצרים.
לויט איינע פון די פשטים אין רש"י - האט זיי יוסף געבעטן ביים ארויסגיין "אל תרגזו בדרך" - זיי זאלן זיך נישט קריגן אויף דעם וואס זיי האבן אים פארקויפט, און דעבאטירן און זאגן: וועגן דיר האט מען אים פארקויפט, דו האסט פארציילט אויף אים שלעכטס און צוגעברענגט מען זאל אים פארקויפן[7].
אנקומענדיג צו יעקב האט ער אין אנהייב נישט געוואלט גלייבן וואס ער הערט. אין ספר הישר ווערט געברענגט אז די ברידער האבן געקווענקלט אויב און וויאזוי מען זאל אים דערציילן די פלוצלינגדיגע בשורה. שרח בת אשר, וואס האט גוט געקענט שפילן אויף א פידל, האט געשפילט פאר יעקב מיט די ווערטער ”דער פעטער יוסף לעבט, ער הערשט אויף גאנץ מצרים”. נאך וואס זי האט דאס איבער געזאגט צוויי-דריי מאל, איז צו אים צוריק געקומען די רוח הקודש און ער האט געזען אז אירע רייד זענען אמת. יעקב האט איר געבענטשט: ”מיין טאכטער, זאל אין דיר קיינמאל הערשן דער טויט, ווייל דו האסט מיר אויפגעלעבט”[8].
חז"ל האבן געדרשנט אז יוסף האט אים געשיקט "עגלות" (וועגענער), אלס רמז אז זיי האבן זיך צוטיילט ווען זיי האבן געהאלטן אינמיטן לערנען די פרשה פון עגלה ערופה, און אזוי זאל ער דערקענען אז טאקע יוסף איז דער וואס שיקט צו אים.
ענדע
יעקב איז אראפ קיין מצרים, נאך וואס זיין גייסט האט אויפגעלעבט, נישט פאר ער באקומט צוריק זיין רוח הקודש און גאט זאגט אים ”אָנֹכִי אֵרֵד עִמְּךָ מִצְרַיְמָה וְאָנֹכִי אַעַלְךָ גַם עָלֹה, וְיוֹסֵף יָשִׁית יָדוֹ עַל עֵינֶיךָ[9]”[10]. דער ספורנו[מקור פארלאנגט] שרייבט אז יעצט, גייענדיג צו זיין פרייליכע טייל פון זיין לעבן, נאך וואס ער איז אריבער די אלע צרות, האט אים גאט געזאגט וואס עס וועט געשען באחרית הימים, ווי עס שטייט ״רנו ליעקב שמחה״[11].
דער פארגלייך צום גרויסן יום הדין
אין מדרש ווערט ערקלערט די בושה וואס וועט באנעמען די מענטשן ווען גאט וועט מוסר'ן דעם מענשט אויף זיינע שלעכטע מעשים, מיט א קל וחומר פון די בושה וואס די ברידער האבן געהאט ווען יוסף האט זיך אנטפלעקט צו זיי[12].
אַבָּא כֹּהֵן בַּרְדְּלָא אָמַר: "אוֹי לָנוּ מִיּוֹם הַדִּין, אוֹי לָנוּ מִיּוֹם הַתּוֹכֵחָה" .. יוֹסֵף קְטַנָּן שֶׁל שְׁבָטִים הָיָה וְלֹא הָיוּ יְכוֹלִים לַעֲמֹד בְּתוֹכַחְתּוֹ, הֲדָא הוּא דִכְתִיב: "וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו". לִכְשֶׁיָּבוֹא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא וְיוֹכִיחַ כָּל אֶחָד וְאֶחָד לְפִי מַה שֶּׁהוּא, שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים נ כא): "אוֹכִיחֲךָ וְאֶעֶרְכָה לְעֵינֶיךָ", עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה.[א]
רַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה אָמַר, אוֹי לָנוּ מִיּוֹם הַדִּין אוֹי לָנוּ מִיּוֹם הַתּוֹכֵחָה. וּמַה יּוֹסֵף הַצַּדִּיק שֶׁהוּא בָּשָׂר וָדָם כְּשֶׁהוֹכִיחַ אֶת אֶחָיו לֹא יָכְלוּ לַעֲמֹד בְּתוֹכַחְתּוֹ, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא שֶׁהוּא דַּיָן וּבַעַל דִּין וְיוֹשֵׁב עַל כִּסֵּא דִּין וְדָן כָּל אֶחָד וְאֶחָד, עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה, שֶׁאֵין כָּל בָּשָׂר וָדָם יְכוֹלִים לַעֲמֹד לְפָנָיו.[ב]
.
ביאורים
- ↑ וויי איז צו אונז פון דעם יום הדין, וויי צו אונז פון דעם יום התוכחה .. יוסף איז געווען דער קליינער פון די שבטים און די ברידער האבן נישט געקענט שטיין קעגן זיינע מוסר רייד, ווי עס שטייט "ולא יכלו אחיו לענות אותו כי נבהלו מפניו". ווען הקב"ה וועט קומען און מוכיח זיין יעדן לויט זיינע מעשים, ווי עס שטייט "אוחיכך ואערכה לעיניך" איז אוודאי און אוודאי
- ↑ מה דאך יוסף וואס ער איז א מענטש פון פלייש און בלוט, ווען ער האט גע'מוסר'ט די ברידער האבן זיי נישט געקענט שטיין אין דעם, הקב"ה וואס ער איז א דיין אין א בעל דין, און ער זיצט אויף כיסא דין, אוודאי און אוודאי, אז א מענטש פון פלייש און בלוט קען נישט שטיין אין דעם
רעפערענצן
- ↑ בראשית מא
- ↑ קאַפּיטל מ"ב
- ↑ קאַפּיטל מ"ד
- ↑ דער אור החיים (פרק מ"ד פסוק י"ז) ערקלערט, אז יהודה האט פארשטאנען אז די מעשה מיט די בעכער איז א שטראף פון גאט פארן פארקויפן יוסף, און דעריבער האט ער פארגעשלאגן צו פארשקלאפן די ברידער. אבער נאך וואס יוסף האט קלארגעשטעלט אז נאר בנימין - וואס איז נישט געווען ביי די מכירה - זאל בלייבן, האט ער פארשטאנען אז דאס איז נאר אנגעדרייט דורך יוסף און דעריבער האט ער זיך קעגנגעשטעלט.
- ↑ ”חלילה לי מעשות זאת, האיש אשר נמצא הגביע בידו הוא יהיה לי עבד ואתם עלו לשלום אל אביכם” בראשית מד, יז
- ↑ תרגום ירושלמי
- ↑ רש"י ברענגט נאך פשטים: א - "אל תרגזו בדרך" איר זאלט נישט לערנען הלכות אז איר זאלט נישט בלאנדזשען אין וועג. ב - איר זאלט נישט גיין גרויסע טריט, און איר זאלט אריינגיין אין שטאט ווען די זון שיינט נאך.
- ↑ ספר הישר, פרשת ויגש, ד"ה והקול.
- ↑ בראשית מו, ד
- ↑ רש"י ערקלערט אז דאס איז א צוזאג אז ער וועט בעגראבן ווערן אין ארץ ישראל. און אין מדרש מכילתא דרבי ישמעאל (שמות ט״ו:ב׳) און אין נאך אסאך מדרשים שטייט אז דאס איז אויך א צוזאג אויף יציאת מצרים.
- ↑ ירמיהו לא, ו
- ↑ לשון פון מדרש: "לפי מה שהוא". און ווי די ווערטער פונעם מדרש (איכה רבה פתיחה י) "אים טרון כל יומא ולא לעי (=ער איז פארנומען א גאנצן טאג מיט זיינע געשעפטן און ער ווערט נישט מיד), ואמר ליה חבריה אתי וצלי (אבער ווען זיין חבר רופט אים צו דאווענען), והוא אמר לית אנא יכיל (זאגט ער איך האב נישט קיין כח)".