רוי:רבי שלום ראובן ראזענפעלד
רבי שלום ראובן ראזענפעלד זצ"ל (ה'תרמ"ה - י"ט תשרי ה'תרע"ח), פון אשפעצין
אפשטאם
רבי שלום ראובן איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ה, צו זיין פאטער הרב רבי אלעזר ראזענפעלד פון אושפצין, א זון פון הרב יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב רבי שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא. און צו זיין מוטער מרת פראדיל א טאכטער פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.
הסתלקות
רבי שלום ראובן איז נפטר געווארן יונג אין א מגיפה, י"ט תשרי ה'תרע"ח.
פאמיליע
רבי שלום ראובן האט געהייראט מרת חנה גאלדא א טאכטער פון זיין פעטער הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער). זייערע קינדער:
- מרת שיינדל די ווייב פון הרב נפתלי פרוינד, א זון פון הרב ישראל פרוינד רב אין באניאהד.
- הכלה מלכה דבורה, הי"ד.
- הבחור חיים, הי"ד.
רעפערענצן
- אוהב שלום
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!