רוי:רבי שמואל הורוויץ

ווערסיע פון 13:02, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[ראובן הורוויץ (דעמביץ)" ב־"[[רבי ראובן הורוויץ (דעמביץ)")

רבי שמואל הורוויץ זצ"ל (ה'תרכ"ט - ה'תרפ"ג), רב אין דעמביץ.

אפשטאם

רבי שמואל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ט (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב ראובן הורוויץ רב אין דעמביץ, א זון פון רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשעקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.

רבנות

רבי שמואל איז נאך זיין חתונה געווען א צייט רב אין פריסטיק, אין יאר ה'תרנ"ה נאך זיין ברידער רבי אלטער'לס פטירה האט זיך געשאפן א קריגעריי צווישן רבי שמואל און זיין שוואגער הרב בצלאל הורוויץ, ביז דער שינאווער רב האט געפסקנט אז דאס רבנות געהערט צו רבי שמואל און זיין שוואגער איז אוועק קיין פילזנא.

הסתלקות

רבי שמואל איז נפטר געווארן אין עלטער פון פיר און פופציג יאר, אין יאר ה'תרפ"ג (אומגעפעהר), מען האט אים געלייגט אין פאטער'ס אהל.

פאמיליע

רבי שמואל האט געהייראט מרת גיטלה די טאכטער פון הרב יחיאל וואגשאהל פון פריסטיק, זייערע קינדער:

  • הרב חיים יעקב הורוויץ הי"ד, פון דעמביץ.
  • מרת עטיל, די ווייב פון הרב שלמה אייכנשטיין רב אין חאדאראוו.
  • מרת מירל, הי"ד, די ווייב פון הרב אשר וואגשאהל.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!