רוי:רבי יוסף באב"ד

ווערסיע פון 10:52, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[דוד האגער" ב־"[[רבי דוד האגער")
אחרוניםראשוניםגאוניםסבוראיםאמוראיםתנאיםזוגות

רבי יוסף באב"ד (כ"ד אלול ה'תקס"א - כ"ד אלול ה'תרל"ד), איז געווען א רב און פוסק אין גאליציע, און דער מחבר פונעם ספר "מנחת חינוך".

רבי יוסף איז געבוירן אין ה'תקס"א אין דער שטאט פשעווארסק, גאליציע צו זיין פאטער ר' משה וואס איז געווען דער שטאט'ס רב. שוין יונגערהייט האט ער געוויזן שטארקע התמדה אין זיין לערנען און זיינע כשרונות. ווער איז געווען זיין ערשטע ווייב ווייס מען נישט; זיין זיווג שני איז געווען די שוועסטער פון הר"ר רבי חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב, מיט וועמען ער האט געלערט א לענגערע תקופה. נאך זיין ווייב'ס פטירה האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון הר"ר רבי דוד האגער פון זאבאלטוב.

ער איס געווען רב פון די שטעט הוסאקאוו, ברודשין, זבאריז, סניאטין און האראדענקע, און אין ה'תרי"ז (1857) האט מען אים ממנה געווען אב"ד אין טארנאפאל, וואו ער איז געבליבן אלס רב עד סוף ימיו.

רבי יוסף איז געווען זייער נאענט צו די גאליציאנער אדמורי"ם, און בעיקר צו זיין שוואגער, רבי חיים פון צאנז, נפתלי פון ראפשיץ, ורבי שמעון פון יעראסלאוו.

ער איז נפטר געווארן אום זיין געבורטסטאג, כ"ד אלול ה'תרל"ד.

ער איז באקאנט פון זיין חשוב'ן ספר "מנחת חינוך", א חיבור פון הלכה און חידושים אויפ'ן סדר פונעם "ספר החינוך". דער "מנחת חינוך" איז באוואוסט צויליב זיין ספעציעלן סטיל, און איז איבערגעדרוקט געווארן אסאך מאל.

ער האט איבערגעלאזט זיבן קינדער. נאך זיין פטירה האט ממלא מקום געווען אין טארנאפאל זיין זון הרב שמעון באב"ד, וואס האט ארויסגעגעבן הגהות אויפן מנחת חינוך. נאך א זון, רבי משה. איז געווען רב אין סניאטין.

דרויסנדע לינקס

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=50738&st=&pgnum=28

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!