רוי:רבי חיים יוסף דוד ווייס

ווערסיע פון 14:41, 17 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[דוב בעריש וויידנפעלד" ב־"[[רבי דוב בעריש וויידנפעלד")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

הרב חיים יוסף דוד ווייס (אויך באקאנט אלס דער חיד"ו) איז דער סאטמארער דיין פון קהילת רבי זלמן לייב טייטלבוים אין אנטווערפן.

הרב ווייס איז מייסטנס באקאנט פאר זיינע פדיון שבויים אקטיוויטעטן אין וועלכע ער איז שטארק באשעפטיגט.

ביאגראפיע

חיים יוסף דוד איז געבוירן צו זיין פאטער ר' פינחס אין דער שטאט מאנטשעסטער, ענגלאנד, אלס דוד ווייס. זייענדיג א קינד איז ער שווער קראנק געווארן און מ'האט אים צוליב דעם צוגעלייגט די נעמען חיים יוסף, וואס די באדייט דערפון איז צולייגן לעבן.

נאך זייענדיג אין די יונגע יארן האט חיים יוסף דוד שוין געהייסן אן אויסגערופענער עילוי און חריף, און אלס בחור האט ער זיך פארהערט ביים טשעבינער רב רוב ש"ס.

פדיון שבויים

מיט די מצווה פון פדיון שבויים איז ר' חיים יוסף דוד פארנומען ארום די זייגער, און ער העלפט ארויס אידן אין געפענגעניש אפגעזען וואס די קאסטן זענען.

הויפטזעכטליך איז באקאנט זיינע אקטיוויטעטן פאר די וואוילזיין פון די דריי בחורים וואס זענען ארעסטירט געווארן אין יאפאן אין יאר תשס"ח, אויף קלאגעס פון שמוגלען אומלעגאלע סובסטאנצן, ער האט דאן אויסגעגעבן פון זיין אייגן טאש שווערע געלטער, און ווי אויך אויפגערודערט די וועלט בייצושטייערן פאר די צוועק.

אויך איז באוואוסט אז ער איז געפארן זיך טרעפן מיט דער איראנער גייסטליכער פירער כומעיני מיטן ציל אויסצולייזן דרייצן אידן וועלכע זענען דארט פארכאפט געווארן.

זיינע ספרים

  • ספר ויען דוד - הלכה (אכט בענדער)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!