רוי:רבי טודרוס זילבער

ווערסיע פון 14:41, 17 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[זלמן לייב טייטלבוים" ב־"[[רבי זלמן לייב טייטלבוים")

הרב מאיר טודרוס זילבער איז דער רבי פון קהל תורת משה יאוואזשנא, א תלמיד פון דעם סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים און א בעל דרשן וואס איז מעורר מענטשן צו דינען גאט ברוך הוא, און זיך פירן ווי עס דארף צו זיין.

ער איז א זון פון דעם תלמיד חכם רבי רפאל זילבער דער פריימאנער רב, וואס דער מהרש"ג האט זיך אויסגעדריקט אויף אים, אז "ער וואלט געפאסט צו לערנען ביים חת"ם סופר אין ישיבה". ער איז א איידעם ביי הרב יצחק זאב מאיער דער מחבר פון די ספרים מהרש"א הארוך, און דער ראש ישיבה פון נייטרא ישיבה.

ער איז באקאנט אלס א קדוש וטהור, מופרש ומובדל מכל תאוות ותענוגי עולם הזה אויף א זעלטענעם פארנעם, ער פאסט גאר אסאך תעניתים און גייט גאר זעלטן אריין אין א בעט,[מקור פארלאנגט] זיין דאווענען איז הארציג און מיט א השתפכות הנפש, און עטליכע הונדערט אידן דאווענען ביי אים א יעדן שבת.

ער האט א בית המדרש אויף ספענסער גאס אין וויליאמסבורג, פון די גרעסטע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג. ימים נוראים און ימים טובים האט ער איבער טויזנט מתפללים.

ער פלעגט האבן א ישיבה אונטערן נאמען תורת משה ד'פריימאן, און היינט איז ער דער ראש ישיבה פון די יאוואזשנא ישיבות, ישיבה גדולה תורת משה אין וויליאמסבורג, וואו ער לערנט פאר טעגליכע שיעורים, און ישיבה קטנה תורת משה אין מאנסי.

ער נעמט אויף יעדע נאכט צענדליגע חסידים וואס קומען זיך קוויטלען ביי אים און אסאך חסידים ברענגען זייערע בר מצוה בחור'לעך צו לייגן תפילין די ערשטע מאל.

ער איז פון די גאר שטארקע שטיצער פונעם סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג.

ער האט געשריבן א סעריע ספרים "מטר השמים" על התורה, ועל סוגיות הש"ס, ליקוטי אגדה ומוסר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!