המכלול:בישול בן דרוסאי

ווערסיע פון 08:44, 17 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט באַניצער:צמא לדעת/בישול בן דרוסאי צו המכלול:בישול בן דרוסאי אן לאזן א ווייטערפירונג)
דער פראיעקט איז אין די צוגרייטונג פאזע

ציל

די בלעטער וועלכע זענען געברענגט געווארן פון וויקיפעדיע זענען שוין גערייניגט, ברוך השם, אבער כשמם כן הם - רוי.

אונזער הויפט ארבעט און מטרה איז צו שאפן אייגענע ריכטיג-אויסגעבויטע המכלול ארטיקלען, אין פריש געשאפענע בלעטער, אבער מיר קענען זיך נישט פארהוילן פון די רויע בלעטער, וועלכע קומען אריין איבעראל און וועלכע וועלן נאך זיין א טייל פון אונזער פראיעקט לפחות אין די נאנטע תקופה.

אויך אויב מיר וועלן נישט ממש "אפקאכן" די רויע ארטיקלען און מאכן פון זיי א יש, אויפן ניווא פון די המכלול ארטיקלען, לאמיר כאטש צושטעלן א שטיקל בישול כמאכל בן דרוסאי: מעקן די איבריגע מיסט און אומענציקלאפעדישע נארישקייטן וועלכע לייגן בלויז אן, און געבן א שטיקל צורה פאר די רעשט.

פראצעדור

און די ערשטע פאזע פון דעם פראיעקט וועט מען בעז"ה שנעל דורכלויפן די פראבלעמאטישע בלעטער, לויט פארשידענע גרינג-באשטימטע ריעותות, ווי בלעטער וועלכע זענען נישט אויף קיין אנדער וויקי, ווערן נישט געלינקט פון קיין אנדער בלאט אויף המכלול, אדער פארמאגן ווייניג אינערליכע לינקס.

יעדן טאג וועט אי"ה ארויסגעשטעלט ווערן א ליסטע פון א צאל פון די בלעטער, וועלכע שטייען דעריבער געמעקט צו ווערן. יעדער בלאט וואס סיי ווער שטימט צו לאזן, מיט שטעלן {{לאזן}} און זיך אונטערשרייבן - לאזט מען דערווייל, דער ציל איז נישט אריינצוגיין אין וויכוחים נאר זיך שנעל רוקן. א בלאט וואס קיינער האט נישט געשטימט דערפאר ביז 24 שעה - ווערט געמעקט.

מיט דעם כח צו וועטאאירן דאס מעקן א בלאט, קומט אויך א שטיקל אחריות. ביים שטימען צו לאזן א בלאט, נעמט מען אויף זיך צו געבן א מינימאלע צורה פארן בלאט (זעט ווייטערדיגע טשעקליסט). דאס זענען גאנץ קליינע, גרינגע זאכן, וואס מ'קען טון בין גברא לגברא צווישן איין הויפט געביט / דרעפט און די אנדערע. ווען איינער האט אויסגעפירט וואס ער האט אונטערגענומען, לייגט ער {{אויסגעפירט}} נעבן זיין שטימע צו לאזן דעם בלאט. אויב פירט ער נישט אויס ביז דריי טעג, וועט מען אים אי"ה דערמאנען. אויב גייט אריבער א וואך, ווערט זיין שטימע אנולירט און דער בלאט שטייט צו מעקן.

טשעקליסט

  • לאזן לויפן טשעקטי אויפן בלאט, וואס העלפט אויך ארויס מיט טייל פון די פאלגנדע.
  • איבערקוקן שפראך. נישט דווקא זיך שטעלן אויף גענויע גראמאטיק, אבער יא זען אז ס'זאל זיין מער-ווייניגער פארשטענדליכע היימישע אידיש, און דערנאך אראפנעמען דעם "אויף יידיש" קאטעגאריע.
  • תוכן - סור מרע. מעקן קלארע דברי הבל אדער דורכאויס אומאביעקטיווע רייד. נאכאמאל, לאו דווקא א גרינטליכע ארבעט, נאר זאכן וואס מ'וואלט בעצם געדארפט מעקן ביים רייניגונג.
  • תוכן - עשה טוב. כאטש באצייכענען די לעכער וואס פעלן מיט {{להשלים}}. נישט יעדע פרט, נאר שטיקער פון די נושא וואס ווערן נישט (געהעריג) בארירט.
  • מקורות. שטעלן {{מקור}} צו אויסערארדנטליכע טענות וואס האבן נישט איינס. (בעצם דארף מען מקורות אויך צו נישט-אויסערארדנטליכע, אבער אין אנו מספיקים...)
  • דעסקריפציע. צולייגן א קורצע שילדערונג וואס ברענגט ארויס אין געציילטע ווערטער די טעמע פון דעם בלאט און וואס טוט עס פונאנדערשיידן פון אנדערע בלעטער. דאס טוט מען דורך שטעלן, אינגאנצן אויבן פון בלאט, דעם {{דעסקריפציע}} מוסטער מיט אייערע ווערטער אלס פאראמעטער. צום ביישפיל, {{דעסקריפציע|תנא פון צווייטן דור אין ארץ ישראל}}. איר קענט זיך אויך ארויסהעלפן מיט דעם דעזיגנירטן טשאטשקע, וואס מאכט די ארבעט פיל גרינגער און געשמאקער.
    • אסאך בלעטער פארמאגן שוין א דעסקריפציע, וואס איז אויטאמאטיש צוגעלייגט געווארן לויט ווי עס איז אויף וויקיפעדיע; דאס איז באצייכנט מיטן "וויקידאטא דעסקריפציע" קאטעגאריע. ביי די בלעטער דארף מען קאנטראלירן אז די דעסקריפציע איז מער-ווייניגער גוט און דינט ריכטיג דעם צוועק, אדער פאררעכטן אויב איז עס נישט גוט, און דערנאך אראפנעמען די קאטעגאריע.
    • אנדערע בלעטער פארמאגן באהאלטענע דעסקריפציעס פון אנדערע שפראכן, ווי ענגליש אדער עברית. די בלעטער זענען באצייכנט מיטן "וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" קאטעגאריע, און די דעסקריפציעס קען מען זען ביים רעדאגירן דעם קאוד פון בלאט, אדער נוצנדיג דעם דעסקריפציעס טשאטשקע. מען קען זיך מיט זיי ארויסהעלפן ביים שרייבן א דעסקריפציע אין אידיש, און דערנאך קען מען מעקן די אנדערע שפראכן.
  • מכלוליזאציע: צולייגן מוסטערן (נאוויגאציע מוסטערן, אינפאקעסטלעך, ודומיהם), בילדער און זייערע קעפלעך, מיון רגיל (ביי פערזאן וכדומה), קאארדינאט (ביי פלאץ אדער עפעס פארבינדן דערצו). צולייגן וואס איז שייך פונעם ערך המקביל אויף המכלול העברי (ווען פארהאן), אדער קען מען זיך ארויסהעלפן מיט אן אנדערע געהעריגע וויקי (ווען פארהאן).
  • קאטעגאריעס. לאו דווקא שאפן נייע קאטעגאריעס, נאר כאטש צולייגן די עקזיסטירנדע צום בלאט ווען עס קומט אריין, און אראפנעמען ווען נישט. מ'קען זיך ארויסהעלפן מיטן ערך המקביל אויף המכלול העברי אדער אן אנדערע געהעריגע וויקי פאר רעיונות.
  • אינטערשפראך לינק. רוב בלעטער זענען שוין פארבינדן צו זייערע פאראלעל-ערכים אויף המכלול העברי, אבער אויב טרעפט איר וואו עס פעלט נאך, לייגט עס צו. דאס טוט מען דורך שרייבן, אינגאנצן אונטן פון בלאט, [[he:שם הערך]] (ווען "שם הערך" איז דער נאמען פונעם בלאט אויף המכלול העברי).
    • אויב האט איר צוגעלייגט אזא פארבינדונג וואו עס איז נישט געווען, נעמט אויך אראפ די "אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי" קאטעגאריע פונעם בלאט (ווען פארהאן).

טייל ארטיקלען זענען לעכערליך קורץ אדער פעלערהאפטיג, וואו די אלע פארבעסערונגען, אן צוצולייגן תוכן, וואלט געווען א געלעכטער. די וועלן ווערן באצייכנט אין די ליסטע מיט  , און זיי צו האלטן דארף עס ווערן גענוג פארברייטערט אין תוכן:

  • דער אינהאלט זאל פארמאגן מער ווי א ווערטערבוך דעפיניציע; זאל פארנעמען כאטש דריי פאראגראפן וואס אין זיי כאטש 1000 בייטס; און זאל אנטהאלטן כאטש אלעס נוצליך וואס שטייט אין עפענונג פון דעם ארטיקל אויף ענגליש וויקיפעדיע, המכלול העברי, אדער אן אנדערע געהעריגע וויקי.
  • ווען פארברייטערט כנ"ל, נעמט אראפ די "פיצעלע ארטיקל" קאטעגאריע.