רוי:אליעזר בערלאנד

ווערסיע פון 19:50, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[יוסף שלום אלישיב" ב־"[[רבי יוסף שלום אלישיב")
טעקע:Berland elyashev.jpg
פארטיפט מיטן פוסק הדור הרב רבי יוסף שלום אלישיב

אליעזר בערלאנד (געב' חיפה ה'תרצ"ז) איז א בראסלעווער משפיע, פון אלטשטאט ירושלים, ער גייט מיטן ירושלים'ער פולן לבוש, וואס האט קודם געלערנט ביי די ליטווישע עליטישע חינוך סיסטעם אין כפר חסידים ישיבה און אין פאנאוועזשער כולל. דערנאך איז ער געווארן א קנאי. אין מרחשון תשע"ז איז ער פאראורטיילט געווארן צו תפיסה נאכדעם וואס ער האט מודה געווען צו געוויסע עבירות.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן צו חיים בערלאנד און זיין ווייב עטיה (געבוירן סטרולאוויטש), א מזרחיסטישע משפחה אין חיפה. ער האט געלערנט אין דער כרם ביבנה ישיבה. ביי דער עלטער פון 17 און א א האלבן האט ער אנגעהויבן לערנען אין ישיבת כנסת חזקיהו אין כפר חסידים וואו ער איז געבליבן דריי יאר. ווען ער איז געווען אלט 21 האט ער חתונה געהאט מיט תהילה שאקי, אויך מיט א מזרחיסטישן אויסקוק. דאס פארפאלק האט געוואוינט צוערשט אין בני ברק. איין חודש האט ער געלערנט אינעם פאנאוועזשער כולל און דערנאך אינעם וואלאזשינער כולל אין בני ברק.

ער גייט נישט צו די בחירות. און ביז ביבי נתניהו'ס אויפשטייג האט ער געארבייט קעגן בחירות. אבער זינט מ'האט אנגעהויבן צוריקגעבן שטחים פאר די אראבער האט ער געטענה'ט אז די אראבער איז ערגער ווי ציונים און ער האט אנגעהויבן אנטייל צו נעמען אין דעמאקראטישע וואלן. זיין ישיבה "שובו בנים" איז די הארץ פון די אראבישע געגנט אין אלט שטאט. עטליכע מאל איז פארגעקומען שטעכערייען צו זיינע בחורים, דאס איז דער גרעסטער בנין אין אלט שטאט מיט שומרים.

א דאווענען ביי אים אין ישיבה האט געדויערט שעות ארוכות מיט טענץ און עבודות.

אזעלכע בעלי תשובות פון זיינע תלמידים זענען געווען גרויסע גענעראלן אין דעם ישראלישן מיליטער וואס האבן איבערגעלאזט אלץ און זענען געווארן בעלי תשובה.

קרימינעל

אין נאוועמבער 2013 האט בערלאנד פארלאזט מאראקא נאך א באפעל פונעם קעניג מוכאמאד דער זעקסטער, און ער איז אריבער אין זימבאבווע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!