רוי:אבי עזרי

ווערסיע פון 19:40, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[אלעזר מנחם מן שך" ב־"[[רבי אלעזר מנחם מן שך")

מוסטער:בוך אבי עזרי איז א ספר חידושים, געשריבן דורך רבי אלעזר מנחם מן שך אויפן רמב"ם ספר יד החזקה.

וועגן דעם ספר

דאָס ספר איז געשריבן געוואָרן אין אַ ישיבישן נוסח לויט דער בריסקער שול, און קאָנצענטרירט זיך אויף שוועריקייטן און סתירות אין די ווערטער פונעם רמב"ם.

הרב שך האָט אָנגעהויבן שרייבן דאָס ספר, ווען ער איז געווען אַ תלמיד אין דער סלוצקער ישיבה, און האָט עס אָנגעהויבן אַרויסגעבן נאָכן עולה זיין קיין ארץ ישראל.

דאס ספר האט הסכמות פון הרב איסר זלמן מלצר און הרב יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק. דער ספר איז גאר מפורסם גיווארן, און עס ווערט געלערנט אין דער ישיבה-וועלט, בפרט די ליטווישע און די ספרדישע.

די טיילן פונעם ספר און זיין ארויסגעבן

דער ערשטער באנד איז וועגן די ספרים נשים און קדושה, געדרוקט אין ירושלים אין יאָר תש"ח. דער צווייטער כרך אויפן רמב"ם משפטים שופטים, איז געדרוקט געווארן אין יאר 1957. נאָך דעם, זענען צוגעלייגט נאָך צוויי בענדער, איינער אויף מדע אהבה זמנים, און דער אנדערער אויף הפלאה זרעים, טהרה און עבודה מיט קרבנות.

נאכדעם וואס דער מחבר האט פארענדיקט די ארויסנעמן דעם ספר, האט ער געדרוקט נאך פון זיינע חידושים אין נאך פיר מהדורע'ס וואס זענען ארויס אין באזונדערע בענד פארן גאנצן רמב"ם סדר. אין יאָר 1992 זענען אַלע פאַרשידענע אויסגאבעס צונויפגעשטעלט געוואָרן און געדרוקט אין איין אויסגאַבע אין פיר גרויסע בענד, און זינט דעמאָלט איז עס געדרוקט געוואָרן אין גאר אסאך מהדורה'ס.

גאס אבי עזרי אין מודיעין עילית און רמת אבי עזרי אין בית שמש הייסן נאך דעם ספר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!