רוי:רבי נפתלי הורוויץ (ראזוואדאוו)

ווערסיע פון 16:42, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[נפתלי צבי הורוויץ" ב־"[[רבי נפתלי צבי הורוויץ")

רבי נפתלי הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ן - ה'תש"ב), דער ראזוואדאווער רב.

אפשטאם

רבי נפתלי'טשע איז געבוירן אין יאר ה'תר"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אפרים הורוויץ, א זון פון הרב צבי הירש הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ דער פלאנטשער רב.

רבנות

רבי נפתלי'טשע האט געפירט א ביטערן קאמפף מיט זיין יונגערן ברידער רבי משה איבער דעם רבנות פון ראזוואדאוו, זיי האבען זיך אויסגעמיטען פון צו טרעפען אפילו אויף שמחות, נאר פורים האבען זיי זיך געשיקט משלוח מנות. נאך א דין תורה זענען ביידע געבליבען רבנים איינער אויף א דריטעל פון געהאלט און דער אנדערע אויף צוויי דריטעל. ער האט פארמאגט זייער א שטארקע שטומע, מענטשען פלעגען קומען צו זיינע טישען צו הערען וואו ער זונגט דעם פאטערס ניגונים (מעלאדיעס) מיט א שטארקן דביקות, אומגעפעהר ביז צוויי שטונדען נאך האלבע נאכט.

הסתלקות

רבי נפתלי'טשע איז אומגעקומען אויף קידוש השם, צוזאמען מיט זיין פרוי מרים און זייערע קינדער:

  • יהודית און צבי הירש, הי"ד.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!