רוי:רבי אשר ישעיה רובין

ווערסיע פון 16:31, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[נפתלי צבי הורוויץ" ב־"[[רבי נפתלי צבי הורוויץ")

רבי אשר ישעיה רובין זצ"ל (ה'תקל"ה - י"ד ניסן ה'תר"ה), איז געווען דער רב אין ראפשיץ, מערב גאליציע.

אפשטאם

רבי אשר'ל איז געבוירן אין ווארשא אין יאר ה'תקל"ה (אומגעפעהר), צו זיין פאטער "דער שניידער" הרב אליעזר ליפמאן רובין פון די צדיקים נסתרים אין ווארשא. און צו זיין מוטער מרת פרומעט א טאכטער פון הרב אשר, רב אין נאראל, באקאנט אלס דער גרויסער רבי אשר'ל, אן איידעם פון הרב מאיר איש הורוויץ, רב אין טיקטין, באקאנט אלס דער מהר"ם טיקטין.

זיינע רבי'ס

רבי אשר'ל איז געפארן צו די ראשי החסידות פון זיין דור, דער חוזה פון לובלין, דער קאזשניצער מגיד, רבי מענדלע רימאנובער, און צום אוהב ישראל.

רבנות

אין יאר ה'תקפ"ז נאך זיין שווער'ס פטירה, איז רבי אשר'ל געווארן דער ממלא מקום, רב אין ראפשיץ. די ראפשיצער חבריא זענען ווייטער געפארן צו רבי אשר'ל, וו.צ.ב.ש. רבי שמעון יעראסלאווער האט אויסגערימט זיין ענוה, דער דברי חיים האט געזאגט ער איז די ליכט פון די וועלט, רבי שלום קאמינקא.

הסתלקות

רבי אשר'ל איז נפטר געווארן ערב פסח י"ד ניסן ה'תר"ה, אין דעם מאמענט האט מען ערשט פארשטאנדן וואס זיין רבי דער חוזה האט געזאגט ווען ער האט אים געזען דאס ערשטע מאל, "א שיינער קרבן פסח'ל".

פאמיליע

אויף דעם פארשלאג פון זיין רבין דער חוזה פון לובלין האט רבי אשר'ל געהייראט מרת רייצא די איינציגע טאכטער (בת יחידה) פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.

זיינע ספרים

  • אור ישע

רעפערענצן

  • זרעא קדישא
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!