רוי:רבי שמעון ישראל פאזען

אב"ד ור"מ שאפראן
ווערסיע פון 16:20, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[יואל טייטלבוים" ב־"[[רבי יואל טייטלבוים")

רבי שמעון ישראל פאזען (ט"ז תמוז ה'תרנ"ד - כ"א ניסן ה'תשכ"ט) איז געווען דער שאפראנער רב זכרונו לברכה.

זיין טאטע איז געווען הרב גרשון פאזען, א דיין אין פראנקפורט דמיין פאר כמעט פופציג יאר. זיין טאטע איז געווען א תלמיד פון הרב שמשון רפאל הירש און האט דערפאר אויפגעצויגן זיינע קינדער אויפן מהלך פון "תורה עם דרך ארץ". פון 1909 ביז 1912 האט ר' שמעון ישראל געלערנט אין וואהלער-ריעל גימנאזיום (היינט וואהלער שולע) אין פראנקפורט. דערנאך איז ער גאגאנגען לערנען צו הרב דאקטאר שלמה ברויער'ס ישיבה, און אין 1914 איז ער געגאנגען שטודירן אין פראנקפורט אוניווערסיטעט. אין 1915 איז ער גענומען געווארן צו דינען אין די דייטשע מיליטער אלץ הוססער, וויבאלד עס איז דאן געווען די ערשטע וועלט קריג.

טעקע:Simon Posen thesis title page.PNG
שער בלאט פון הרב פאזענס דאקטאראט טעזיס

אין 1920 איז ער באפרייט געווארן פון מיליטער, און איז צוריקגעגאנגען שטודירן אין פראנקפורט אוניווערסיטעט. שפעטער יענעם יאר איז ער געפארן קיין גיעססען ווי ער האט באקומען זיין דאקטאראט אין פילאזאפיע אונטער דער הדרכה פון פראפעסאר אגוסט מעססער. דער טיטל פון זיין דאקטאראט איז "איבער וויסענשאפטליכע ווארהייט".

זיין שווער איז געווען ר' פנחס הכהן רובין ע"ה פון איהעל. ר' שמעון ישראל איז אנגעקומען קיין אוקראינע ביי דער ערשטער וועלט קריג אלס הוססער פאר די דייטשע מיליטער. דארט האט ער זיך צום ערשט באגעגנט מיט חסידות און ער האט געמאכט דעם באשלוס צו ווערן א חסיד. ער האט דעמאלטס אפילו נאך עספיעט צו זען ר' דוד'ל טווערסקי פון סקווירא.

ער איז געווען א יונגער תלמיד פונעם מנחת אלעזר פון מונקאטש, וואו ער איז אויפגעהאדעוועט געווארן אויפן דרך פון קנאות, און דערפאר האט ער שטארק נוטה געווען צום סאטמארער רב זצ"ל, זייענדיג גענויגט צו זיין שיטה.

נאכן קריג האט ער קודם אויפגעשטעלט א ישיבה אין דער אומגעגנט פון בודאפעשט, און שפעטער ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע האט ער זיך באזעצט אין וויליאמסבורג און ער איז געווען דער ראש ישיבה פון דער סאטמארער ישיבה גדולה, וואו ער האט אויפגעשטעלט תלמידים.

ער איז געווען א חסיד פונעם אלטן סקווערער רבי'ן, און האט באגערט צו ליגן אינעם סקווערער שטעטל, ווי זיין זון הרה"ח ר' אליעזר פאזען - פון די נאמני ביתו פונעם סקווערער הויף, האט אויסגעפירט זיין צוואה, ווען ער איז נפטר געווארן אין דער נאכט פון שביעי של פסח, וואס מען האט צוגעווארט אז אויף צומארגנס ביינאכט כדי עס זאל שוין זיין יו"ט שני - דאן האט אים זיין אויבנדערמאנטער זון געלאזט ברענגען קיין שיכון סקווירא, און דארט ליגט ער.

זיינע כתבים און ספרים

תורת א'(אלף) עה"ת ומכתבים

זיינע קינדער

  • פנחס יודא פאזען
  • מרת שרה פאללאק וואדקערטער רביצין
  • אליעזר פאזען
  • חיים אלעזר פאזען
  • מרים, ווייב פון זיין ממלא מקום, רבי צבי הירש מייזליש

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!