המכלול:בישול בן דרוסאי
ציל
די בלעטער וועלכע זענען געברענגט געווארן פון וויקיפעדיע זענען שוין גערייניגט, ברוך השם, אבער כשמם כן הם - רוי.
אונזער הויפט ארבעט און מטרה איז צו שאפן אייגענע ריכטיג-אויסגעבויטע המכלול ארטיקלען, אין פריש געשאפענע בלעטער, אבער מיר קענען זיך נישט פארהוילן פון די רויע בלעטער, וועלכע קומען אריין איבעראל און וועלכע וועלן נאך זיין א טייל פון אונזער פראיעקט לפחות אין די נאנטע תקופה.
אויך אויב מיר וועלן נישט ממש "אפקאכן" די רויע ארטיקלען און מאכן פון זיי א יש, אויפן ניווא פון די המכלול ארטיקלען, לאמיר כאטש צושטעלן א שטיקל בישול כמאכל בן דרוסאי: מעקן די איבריגע מיסט און אומענציקלאפעדישע נארישקייטן וועלכע לייגן בלויז אן, און געבן א שטיקל צורה פאר די רעשט.
פראצעדור
און די ערשטע פאזע פון דעם פראיעקט וועט מען בעז"ה שנעל דורכלויפן די פראבלעמאטישע בלעטער, לויט פארשידענע גרינג-באשטימטע ריעותות, ווי בלעטער וועלכע זענען נישט אויף קיין אנדער וויקי, ווערן נישט געלינקט פון קיין אנדער בלאט אויף המכלול, אדער פארמאגן ווייניג אינערליכע לינקס.
יעדן טאג וועט אי"ה ארויסגעשטעלט ווערן א ליסטע פון א צאל פון די בלעטער, וועלכע שטייען דעריבער געמעקט צו ווערן. יעדער בלאט וואס סיי ווער שטימט צו לאזן, מיט שטעלן {{לאזן}} און זיך אונטערשרייבן - לאזט מען דערווייל, דער ציל איז נישט אריינצוגיין אין וויכוחים נאר זיך שנעל רוקן. א בלאט וואס קיינער האט נישט געשטימט דערפאר ביז 24 שעה - ווערט געמעקט.
מיט דעם כח צו וועטאאירן דאס מעקן א בלאט, קומט אויך א שטיקל אחריות. ביים שטימען צו לאזן א בלאט, נעמט מען אויף זיך צו געבן א מינימאלע צורה פארן בלאט (זעט ווייטערדיגע טשעקליסט). דאס זענען גאנץ קליינע, גרינגע זאכן, וואס מ'קען טון בין גברא לגברא צווישן איין הויפט געביט / דרעפט און די אנדערע. ווען איינער האט אויסגעפירט וואס ער האט אונטערגענומען, לייגט ער {{אויסגעפירט}} נעבן זיין שטימע צו לאזן דעם בלאט. אויב פירט ער נישט אויס ביז דריי טעג, וועט מען אים אי"ה דערמאנען. אויב גייט אריבער א וואך, ווערט זיין שטימע אנולירט און דער בלאט שטייט צו מעקן.
טשעקליסט
- איבערקוקן שפראך. נישט גענויע גראמאטיק, אבער יא מער-ווייניגער פארשטענדליכע היימישע אידיש, גענוג אויף אראפצונעמען דעם "אויף יידיש" קאטעגאריע.
- תוכן - סור מרע. מעקן blatant דברי הבל אדער דורכאויס אומאביעקטיווע רייד. נאכאמאל, לאו דווקא א גרינטליכע ארבעט, נאר זאכן וואס מ'וואלט בעצם געדארפט מעקן ביים רייניגונג.
- תוכן - עשה טוב. כאטש באצייכענען די לעכער וואס פעלן מיט {{להשלים}}. נישט יעדע פרט, נאר שטיקער פון די נושא וואס ווערן נישט (געהעריג) בארירט.
- מקורות. שטעלן {{מקור}} צו אויסערארדנטליכע טענות וואס האבן נישט איינס. (בעצם דארף מען מקורות אויך צו נישט-אויסערארדנטליכע, אבער אין אנו מספיקים...)
- דעסקריפציע. צולייגן.
- מכלוליזאציע: מוסטערן, בילדער, אינטערשפראך לינק, מיון רגיל (ביי פערזאן וכדומה), קאארדינאט (ביי פלאץ אדער עפעס פארבינדן דערצו). וועט לכאורה ווייניג נוגע זיין אנהייב (ביי די בלעטער וואס זענען נישט אויף אנדערע וויקיס), אבער יא שפעטער. זען אז וואס איז רעלעוואנט פון די זאכן זאל זיין אריינגעשטעלט, צו געבן א שטיקל צורה.
- לאזן לויפן טשעקטי, וואס העלפט אויך ארויס מיט טייל פון די ארבעט הנ"ל.
- קאטעגאריעס. שאפן נייע קאטעגאריעס איז שווער פאר טייל, אבער כאטש צולייגן די עקזיסטירנדע צום בלאט ווען עס קומט אריין, און אראפנעמען ווען נישט.
טייל ארטיקלען זענען לעכערליך קורץ אדער פעלערהאפטיג, וואו די אלע פארבעסערונגען, אן צוצולייגן תוכן, וואלטן געווען בבחינת נזם זהב באף חזיר. די וועלן ווערן באצייכנט אין די ליסטע מיט , און זיי צו האלטן דארף עס ווערן גענוג פארברייטערט אין תוכן:
- דער אינהאלט זאל פארמאגן מער ווי א ווערטערבוך דעפיניציע; זאל פארנעמען כאטש דריי פאראגראפן וואס אין זיי כאטש 1000 בייטס; און זאל אנטהאלטן כאטש אלעס נוצליך וואס שטייט אין עפענונג פון דעם ארטיקל אויף ענגליש וויקיפעדיע, המכלול העברי, אדער אן אנדערע געהעריגע וויקי.