הדלקה עושה מצוה

גדר אין חנוכה ליכט


הַדְלָקָה עו֗שָׂה מִצְוָה איז א גדר אין די מצוה פון חנוכה ליכט, וואס באדייט אז די מצוה ווערט אויסגעפירט מיט צינדן די ליכט - נישט מיט שטעלן די ליכט, וואס וואלט געהייסן "הנחה עושה מצוה".

דער אקט פון צינדן די חנוכה ליכט איז די מצוה.

מקור

די גמרא האט אן איבעיא וואס איז דער עיקר אין די מצוה פון חנוכה ליכט, צי "הדלקה עושה מצוה" – דאס עצם צינדן די ליכט, אדער "הנחה עושה מצוה" – דאס וואס די ליכט ווערט געשטעלט אויף א פלאץ וואו ס'ברענגט צו פרסומי ניסא[1]. די ראשונים ערקלערן אז דאס איז זיכער אז צינדן די ליכט איז א חלק פון די מצוה, און די שאלה איז נאר וועלכער טייל איז דער עיקר פון די מצוה[1.1]. אנדערע לערנען אבער אז די צדדים זענען אז בלויז דאס צינדן איז די מצוה אדער בלויז דאס אוועקשטעלן[2].

איבער דעם סדר פון די הדלקה און די הנחה, אויב די הנחה איז די מצוה, זענען צעטיילט די מיינונגען: לויט טייל ראשונים ווערט די מצוה אויסגעפירט מיט די הנחה וואס מען שטעלט אוועק די ליכט ווען זיי זענען שוין געצינדן; ער דארף דעריבער האלטן די ליכט אין האנט ווען ער צינדט, און מאכן די ברכה "עובר לעשייתן" בעפאר ער לייגט עס אראפ, און אויב האט ער געצינדן ווען עס איז שוין געווען אראפגעשטעלט זאל ער ווידער אויפהייבן און אראפשטעלן די ליכט לשם מצוה[1.2]. לויט אנדערע ראשונים קען ער פון פריער אוועקשטעלן די ליכט לשם נר חנוכה און דערנאך עס אנצינדן[3].

די גמרא פירט אויס אז פון דעם וואס ביי די ברכה זאגט מען "אשר קדשנו במצותיו וצונו להדליק נר של חנוכה", איז געדרינגען אז הדלקה עושה מצוה[4]. טייל ראשונים שרייבן אז דאס איז א מחלוקת צווישן די אמוראים, נאר די הלכה בלייבט אז הדלקה עושה מצוה[1.3].

די ראשונים שרייבן אז אויב וואלט הנחה געווען די מצוה, וואלט מען געמאכט א ברכה "להניח נר של חנוכה"[1.4]. איינער פון די ראשונים איז אבער מסופק אז מען וואלט מעגליך דערמאנט ביידע, "להדליק ולהניח"[4.1]; אן אנדערע מעגליכקייט דערמאנט דער פני יהושע: "וצונו על נר חנוכה".

דער טעם דערצו

  • עס זאל זיין גלייך צו די ליכט פון מנורה וואס איז געצינדן געווארן אין בית המקדש, וואס דארט איז דער מצוה דערפון געווען דער צינדן זעלבסט[5].
  • ווייל דער נס חנוכה האט זיך אינגאנצן אפגעשפילט ביים צינדן, מיט דעם וואס די ליכט האבן נישט פארנוצט קיין אויל און דאס גאנצע דערפון איז געבליבן פאר דער קומענדיגער נאכט, דערפאר ווערט דער נס דערמאנט נאר מיטן צינדן[6].

אין הלכה

אין גמרא און הלכה ווערט אויסגעשמועסט פעלער וואו עס קומט אויס א נפקא מינה דערפון וואס די מצוה איז די הדלקה און נישט די הנחה. צווישן זיי:

  • אויב האט געצינדן די ליכט איינער וואס איז נישט מחויב, ווי צום ביישפיל א קליין קינד אדער א גוי, איז נישט גענוג אז דער מחויב במצוה זאל עס שטעלן אויפן ארט, נאר די הדלקה זעלבסט איז נישט גוט און מ'דארף איבערצינדן די ליכט[4].
  • מען מעג אנצינדן פון איין ליכט א צווייטע[4].
  • אויב די חנוכה לאמפ ליגט שוין פון פריער אויפ'ן ארט וואו מ'צינדט, דארף מען עס נישט אוועקשטעלן פונדאסניי לשם מצוה נאר מ'קען גלייך צינדן דערין. טראץ וואס ביי א מצוה דארף מען אלץ אינזין האבן לשם מצוה, איז אבער דאס אוועקשטעלן נישט קיין חלק פון די מצוה[7].
  • אויב האט מען געצינדן די חנוכה ליכט אויף אן ארט וואו לויט די הלכה קען מען דארט נישט יוצא זיין די מצוה, צום ביישפיל העכער צוואנציג אמות[8], האט ער נישט יוצא געווען די מצוה אויך אויב האט מען עס דערנאך אריבערגעפירט פון דארט צו א גוטן ארט, ווייל די מצוה דארף געטון ווערן ביים צינדן[9].
  • ביים אנצינדן דארף שוין זיין גענוג אויל אין ליכטל אז ס'זאל קענען ברענען ווי דער שיעור (א האלבע שעה[10]); אויב פעלט דערפון האט מען נישט יוצא געווען אויך אויב גיסט מען צו אויל ווען עס ברענט שוין[11]. דאס זעלבע איז ווען מען פילט אן א טעלער מיט אויל און מען שטעלט דערין אריין עטליכע קנויטן, וואס די הלכה איז אז מען איז נאר יוצא אויב האט מען ארויפגעשטעלט א כלי וואס טיילט אפ צווישן די פלאמען[12], האט מען נישט יוצא געווען אויב איז די כלי ארויפגעשטעלט געווארן נאכן צינדן[13].
  • דאקעגן, אויב האט זיך די ליכט פארלאשן ווען עס האט נאכנישט געברענט ווי דער שיעור דארף מען דאס נישט איבערצינדן, כבתה אין זקוק לה, ווייל די מצוה האט מען שוין אויסגעפירט ביים צינדן די ליכט[14].

אין בית המקדש

פון רש"י ווייזט אויס אז אויך אין בית המקדש איז די מצוה געווען נאר צו אנצינדן די ליכט, און נישט אז עס זאל ברענען[15]. אבער לויט אנדערע[16] איז אין בית המקדש געווען די מצוה אז די גאנצע צייט זאל זיין אנגעצינדן די ליכט, וואס דערפאר אויב האט זיך עס פארלאשן האט מען געדארפט איבערצינדן, נישט ווי ביי חנוכה וואס כבתה אין זקוק לה, ווי אויך האט א זר (נישט קיין כהן) געקענט אנצינדן אינדרויסן די ליכט וואס מען האט דערנאך אריינגעפירט און געשטעלט אויפן ארט אין מנורה, אנדערש פון חנוכה ליכט וואס מען איז נישט יוצא אויף דעם וועג.

אין חסידות

רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב לערנט ארויס פון די הלכה אויף עבודת ה' פון די גאנצע יאר, אויסטייטשנדיג: ”הדלקה עושה מצוה, פירוש שלכתחלה צריך האדם לעשות המצוה בהדלקה ובהתלהבות בתשוקה נפלאה”[17].

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. שבת כב, ב
    1. ריטב"א, באזירט אויף רש"י, דארט.
    2. רמב"ן, רשב"א און מאירי, דארט
    3. מאירי, דארט. זעט אויך רמב"ן, דארט, וועלכער דערמאנט עטליכע מאל "למאן דאמר הנחה עושה מצוה".
    4. רמב"ן, דארט. אזוי שרייבט אויך דער פני יהושע, דארט, אין איין וועג.
  2. רבי חזקיה די סילווא, פרי חדש, סימן תרעה סעיף א
  3. תוספות, שבת כג, א, ד"ה מכבה; ריטב"א, שבת כג, א. זעט ראש יוסף, דארט, און פרי מגדים, אורח חיים, סימן תרע"ה, משבצות זהב סק"ג, אז ער קען זיכער אויך אנצינדן פון פריער.
  4. 4.0 4.1 4.2 שבת כג, א
    1. שיטה לר"ן, דארט
  5. טורי זהב, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף א', באזירט אויף רש"י, שבת כב, ב, ד"ה אי הדלקה עושה מצוה.
  6. שו"ת כתב סופר, חיים, סימן קלו.
  7. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף א'
  8. רבי אברהם דאנציג, חיי אדם, שבת ומועדים, כלל קנ"ד, סעיף כ"ב
  9. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ט'; מגן אברהם, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף קטן ג'.
  10. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ב, סעיף ב'
  11. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף ב'
  12. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ד'
  13. רבי חזקיה די סילווא, פרי חדש, סימן תרעא סעיף ד
  14. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ג, סעיף ב'.
  15. רש"י, שבת כב, ב, ד"ה אי הדלקה עושה מצוה
  16. כסף משנה, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות ביאת מקדש, פרק ט', הלכה ז'; דער ראגאטשאווער אין צפנת פענח, הל’ מתנות עניים, פרק ב, סעיף ח; שיח יצחק אויף תוספות ישנים, יומא כד, ב.
  17. קדושת לוי, פירושי אגדות.


קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער