הדלקה עושה מצוה
הַדְלָקָה עו֗שָׂה מִצְוָה איז א גדר אין די מצוה פון חנוכה ליכט, וואס באדייט אז די מצוה איז מיט צינדן די ליכט - נישט מיט שטעלן די ליכט, וואס וואלט געהייסן "הנחה עושה מצוה".
מקור
די גמרא האט אן איבעיא וואס איז דער עיקר אין די מצוה פון חנוכה ליכט, צי "הדלקה עושה מצוה" – דאס עצם צינדן די ליכט, אדער "הנחה עושה מצוה" – דאס וואס די ליכט ווערט געשטעלט אויף א פלאץ וואו ס'ברענגט צו פרסומי ניסא. די גמרא פירט אויס:
מדקא מברכינן אשר קדשנו במצותיו וצונו להדליק נר של חנוכה, שמע מינה: הדלקה עושה מצוה
דער טעם דערצו
- עס זאל זיין גלייך צו די ליכט פון מנורה וואס איז געצינדן געווארן אין בית המקדש, וואס דארט איז דער מצוה דערפון געווען דער צינדן זעלבסט[1].
- ווייל דער נס חנוכה האט זיך אינגאנצן אפגעשפילט ביים צינדן, מיט דעם וואס די ליכט האבן נישט פארנוצט קיין אויל און דאס גאנצע דערפון איז געבליבן פאר דער קומענדיגער נאכט, דערפאר ווערט דער נס דערמאנט נאר מיטן צינדן[2].
אין הלכה
- אויב האט געצינדן די ליכט איינער וואס איז נישט מחויב, ווי צום ביישפיל א קליין קינד אדער א גוי, איז דאס נישט גוט און מ'דארף איבערצינדן[3].
- ממעג אנצינדן פון איין ליכט א צווייטע[3].
- טראץ וואס ביי א מצוה דארף מען אלץ אינזינען האבן לשם מצוה, אבער אויב די חנוכה לאמפ ליגט שוין פון די נעכטיגע טאג אויפ'ן ארט וואו מ'צינדט, פאדערט זיך נישט דאס אוועקשטעלן דארט פון דאסניי היינטיגן טאג, ווייל די עיקר איז די עצם צינדן, און נישט די ארט וואו ס'שטייט[4].
- אויב האט איינער געצינדן די חנוכה ליכט אויף אן ארט וואו לויט די הלכה קען מען דארט נישט יוצא זיין די מצוה[א] און האט דאס דערנאך אריבערגעפירט פון דארט צו א גוטן ארט, האט ער נישט יוצא געווען די מצוה, ווייל ביים צינדן איז דאס נישט געשטאנען אויף א גוטן ארט, און די צינדן איז די עיקר[6].
- ביים אנצינדן דארף זיין גענוג אויל אז סזאהל קענען ברענען כאטש א האלבע שעה[7].
- טראץ דעם, אויב האט זיך די ליכט פארלאשן בעפאר ס'איז א דורך א האלבע שעה זייט מען האט דאס אנגעצינדן, דארף מען דאס נישט איבערצינדן, צוליב דאס וואס די מצוה האט מען שוין מקיים געווען מיט די עצם צינדן די ליכט[8]. דאס וואס ס'ווערט אנגערופן אין גמרא און הלכה כבתה אין זקוק לה.
אין בית המקדש
לויט רש"י ווי אויבנדערמאנט, קומט אויס אז אויך אין בית המקדש איז די מצוה געווען נאר צו אנצינדן די ליכט, און נישט אז סזאהל ברענען. אבער אנדערע[9] האלטן אז אין בית המקדש איז געווען די מצוה אז סזאהל זיין א גאנצן צייט אנגעצינדן די ליכט, וואס דערפאר אויב האט זיך דאס פארלאשן האט מען געדארפט איבער צינדן, נישט ווי ביי חנוכה וואס כבתה אין זקוק לה, אזוי אויך האט א פרעמדער (נישט קיין כהן) נגעווען ערלויבט אנצינדן די ליכט אינדרוטרויסן, און דערנאך האט מען דאס אריינגעפירט אין געשטעלט אויפן ארט אין מנורה, אנדערש פון חנוכה ליכט וואס אזוינס האט נישט יוצא געווען די מצוה.
אין חסידות
רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב לערנט ארויס פון די הלכה אויף די גאנצע יאהר אין עבודת ה', ווי ער טייטשט אויס די הלכה: ”הדלקה עושה מצוה, פירוש שלכתחלה צריך האדם לעשות המצוה בהדלקה ובהתלהבות בתשוקה נפלאה”[10].
ליינט מער
דרויסנדע לינקס
- הדלקה עושה מצוה, הגאון רבי שלמה זלמן אולמן – ראב"ד מודיעין עילית
- הדלקה עושה מצוה, ילקוט יוסף
- בענין מצות הדלקת המנורה
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ טורי זהב, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף א', באזירט אויף רש"י, שבת כב, ב, ד"ה אי הדלקה עושה מצוה.
- ↑ שו"ת כתב סופר, חיים, סימן קלו.
- ↑ 3.0 3.1 שבת כג, א.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף א'.
- ↑ חיי אדם, הלכות חנוכה סימן קנ"ד סעיף כב.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ט'; מגן אברהם אויף שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ה ס"ק ג.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ב, סעיף ב'.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ג, סעיף ב'.
- ↑ די כסף משנה לערנט אזוי אין משנה תורה לרמב"ם, הלכות ביאת מקדש, פרק ט', הלכה ז'; דער ראגאַטשאווער אין צפנת פענח, הל’ מתנות עניים, פרק ב, סעיף ח; שיח יצחק אויף תוספות ישנים, מסכת יומא כד:.
- ↑ קדושת לוי, פירושי אגדות.
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער