רוי:גוש עציון

ווערסיע פון 07:54, 8 דעצעמבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (קאארדינאט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

גוש עציון, איז א געגנט אין די פארנומענע געביטן, צווישן בית לחם, און חברון.

גערופן אויף די יידישע שטעטלעך, דערפער, און קיבוצים. אידן האבן זיך אנגעפאנגען באזעצן אין די געגנט אין 1927, די ערשטע פלאץ האט געהייסן מגדל עדר, וועלכע איז פארלאזט געווארן אין די תרפ"ט ראיאטן. אין 1932 זענען מענטשן פון די אל ההר באוועגונג געקומען זיך באזעצן, און זענען געצווינגען געווען צו פארלאזן, ביי די אראבישע אויפשטאנד. די הויפט פון די גרופע האט געהייסן שמואל צבי האלצמאן, ער האט העברעיזירט זיין נאמען צו עציון, און די נאמען פון די געגנט איז געבליבן אויף זיין נאמען.

אין 1943 איז דער קיבוץ כפר עציון געגרינדעט געווארן, און שפעטער זענען נאך דריי פלעצער אויפגעשטעלט געווארן. משואות יצחק, עין צורים, און רבדים.

מלחמת השחרור

ביי די מלחמת השחרור, א טאג איידער ישראל האט דערקלערט איר זעלבסטשטענדיגקייט, ד' אייר תש"ח איז כפר עציון, וואס איז געווען די גרעסטע פון אלע אידישע שטעטלעך אין געגנט, געפאלן צו די יארדאנישע סאלדאטן, סמערהייט קעמפער זענען אומגעקומען נאך ביים שלאגן זיך, אלע איינוואוינער זענען אומגעברענגט געווארן דורך אראבער אדער די סאלדאטן, בלויז פיר יידישע סאלדאטן האבן באוויזן איבערצולעבן. די אנדערע דריי שטעטלעך, האבן זיך אונטערגעגעבן, און זיי זענען גענומען געווארן אין געפענגעניש.

נאכן זעקס טעג מלחמה

נאכן זעקסטאגיגע מלחמה, ווען צה"ל האט איינגענומען די געגנט. און פון דעמאלט גייט אן א שטענדיקער קאנפליקט איבערן געגנט, די שטח איז אין מערסטן טייל, א געגנט וואס אידן האבן געקויפט. און אסאך פלעצער זענען אויפגעשטעלט אויף די אלטע שטעטלעך, אדער אפילו נייע זידלונגען, ביתר עילית, איז די גרעסטע שטאט, און אפרת וועלכע האט א לאקאלע ראט, אלע אנדערע שטעטלעך, געהערן אן צו די גוש עציון געגנטליכע ראט.

ארט און געאגראפיע

גוש עציון געפונט זיך דרום פון ירושלים, שאסיי 60 פארט אהין און קומט אן קיין חברון.

ווי אויך דורך א נייע שאסיי, וואס איז געבויט געווארן פון הר חומה אין ירושלים, קיין מזרח גוש עציון, און ווערט גערופן די הרדיון שאסיי, וויבאלד עס פארט צום אלטן ארכעאלאגישע פעסטונג, וואס ווארשיינליך איז עס אויפגעשטעלט געווארן דורך הורדוס.

די הייך פון גוש עציון, קומט אן צו אומגעפער 950 מעטער הויך. איינע פון די מערסט באוויסטע זאכן וואס ווערט דערקענט מיט גוש עציון, איז אן אלטער דעמב בוים, וואס איז דער סימבאל פון דער געגנט.

צוקונפט

וויבאלד די געגנט איז אין די פארנומענע געביטן, איז די געגנט געקומען אונטער באהאנדלונגען, איבער ווי עס זאל געהערן, אין א טייל פון די פארהאנדלונגען, האבן ישראל און די פאלעסטינער, איינגעשטימט אז די געגנט וועט געהערן צו ישראל, און אלס אויסטויש וועט ישראל געבן פאר די פאלעסטינער, אנדערע געביטן, אזעלכע אפמאכן זענען דערקלערט געווארן אויך אויף מעלה אדומים, און אריאל געגנטער.

אינמיטן די אינטיפאדע, האט ישראל אנגעפאנגען בויען די אפטיילונג צוים, און די געגנט איז אונטער ספק צו עס זאל אריינגערעכנט ווערן אלס טייל פון מדינת ישראל, די מערב טייל ווי ביתר עילית, איז אינדרויסן פון צוים, די מזרח טייל איז אינעם צוים, וואס נעמט ארום אלע פאלעסטינע געגנטער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!