רוי:גאבעס

שטאט אין טוניסיע
גאבעס
מדינה / טעריטאָריע Flag of Tunisia.svg טוניסיע

}}

גאַבעס (טוניסישע אראביש: قابس, גאַביס) איז די הויפּטשטאָט פון דער גאַבעסער גובערניע אין טוניסיע. ער געפינט זיך אויפן בארטן פונעם איינגאס פון גאבעס. גאַבעס האט אַ באַפעלקערונג פון 152,921, און איז די זעקסט גרעסטע שטאָט אין טוניסיע .

געשיכטע

עטימאָלאָגיע

טאַקאַפּעס, דער אוראלטער נאָמען פון גאַבעס, איז אַ בערבערישער פלאץ־נאָמען. שפּעטער האָט מען אַראָפּגעלאָזט דאָס פּרעפיקס "טאַ" (וואָס מיינט "צו" אין בערבעריש), און דאָס אָרט איז געווארן באוואוסט ווי קאַפּעס. אזוי ווי אַראַביש האט נישט די קלאנג / פּ / איז קאַפּעס געווארן קאַבעס, און שפּעטער באַוואוסט ווי גאַבעס.

רוימישע תקופה

מאדערנע תקופה

אין 1940 נאכדעם וואס פראנקרייך איז איינגעפאלן צו די דייטשן, איז גאבעס געקומען אונטער דייטשן קאנטראל. אין 1941 האט פאסירט דער גאבעס פאגראם, ווען אראבער האבן אטאקירט און געהרג'עט אידן אין גאבעס. אין 1943 איז גאבעס צוריק געקומען אונטער פראנצויזישער הערשאפט מיט דער הילף פון די בריטישע קראפטן.

די אָפּעראַציע האט צוגעברענגט צו ערנסטע שאדן אין דער שטאָט'ס אינפראַסטרוקטור און איז געווען דאס ערשטע מאל אין דער געשיכטע ווען מען האט באַזיגט היטלער. אין 1956 איז טוניסיע געווארן אומאפהענגיג פון פראנקרייך און גאבעס איז געקומען אונטער טויניסישער הערשאפט.

בילדונג

גאבעס האט אן אוניווערסיטעט פון וויסנשאפט און אינזשעניריע, דער אוניווערסיטעט פון גאבעס.

עקאנאמיע

גאַבעס איז איינע פון די גרעסטע אינדוסטריעלע שטעט אין טוניסיע. די אינדוסטריעס זענען מערסטנס כעמישע, און וועגן דעם די בעסטע כעמיע דיפלאמען אין אפריקע באקומט מען פונעם אוניווערסיטעט פון גאבעס.

די הויפּט אינדוסטריעס זענען פאבריקאציע פון צעמענט, כעמישע פראדוקטן און ציגלען, און א נאפט ראפיניריע.

די רעגירונג ארבעט צו פארקלענערן די פארפעסטיגונג פונעם איינגאס פון גאבעס דורך די פאבריקן.

טראנספארט

 
גאבעס באן סטאנציע

גאבעס האט אן אינטערנאציאנאלן לופטפעלד און אויך איינעם פון די גרעסטע ים־פארטן פון טוניסיע, געניצט אריינצוברענגען מינעראל פראדוקטן פון דער שטאט גאפסא.

גאבעס איז די סוף סטאנציע פון א שמאלער (1000 מ"מ) אייזנבאן פון דער הויפטשטאט.

קלימאט

גאבעס האט אַ הייסן האַלב-טרוקן קלימאַט, מיט אַ הייסן טרוקענעם סעזאן און א קילן מדבר'דיקן סעזאן.

גאַלעריע

באקאנטע מענטשן

  • גלאדיס אדא, אַקטיוויסט, געבוירן דאָ אין 1921[1]
  • הרב חיים חורי אב"ד פון גאבעס און רב פון באר שבע
  • סילוואַן שלום, ישראלישער פּאָליטיקער, געוועזענער מיניסטער און כנסת דעפוטאט
  • הרב חומאני אלוש מחבר פונעם ספר שבתי וקומי.
  • טאהאר האדאד, שרייבערקע, אַקטיוויסט, רעפאָרמאַטאָר (1899-1935)
  • מוכאַמעד אלי על חאַמי, איינער פון די גרינדער פון טוניסישן סינדיקאַליזם, אַן אַקטיוויסט (1890–1928)

רעפערענצן

  1. Dictionary of African Biography. OUP USA. 2 February 2012. pp. 89–90. ISBN 978-0-19-538207-5.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!