רבי אברהם אופנהיים (נפטר אין האנאווער י"א חשון ה'תקמ"ז[1][2] אדער תקמ"ט[3] אדער תקמ"ג[4]) איז געווען א רב אין דייטשלאנד און א מחבר ספרים, פארפאסער פון די הגהות אשל אברהם אויף שולחן ערוך.

רבי אברהם אופנהיים
שער באר היטב מיט אשל אברהם, אמשטרדם תקכ"ט
שער באר היטב מיט אשל אברהם, אמשטרדם תקכ"ט
פטירה יא חשון תקכ"ט

ביאגראפיע

נוסח המציבה
פ"נ
הרב מהו' אברהם אפפענהיים,
לאברהם אחיזת קבר
אשל אברהם
ומרגניתא שפירא חיבר בבית
המדרש פה, למד ודרש כשם
ועבר, זקן ושבע ימים עלה
לרקיע ביום ה' י"א מרחשון
תקמ"ז לפ"ק
ת' נ' צ' ב' ה'
– בלאך, ספר החיים

ער איז געבוירן אין מאנהיים צו יהודה לייב אופנהיים. ער האט געדינט ווי א ריש מתיבתא אינעם מאנהיימער קלויז. שפעטער איז ער אריבער וואוינען און דינען אין אמסטערדאם.

ער האט מחבר געווען א ספר "מרגניתא שפירא" אויף הלכות שופר, געדרוקט צום ערשט אין אמסטערדאם, תקכ"ז. ער דערמאנט אין זיין ספר נאך צוויי חיבורים זיינע, 'אמרי יאה' און 'מגן אבות' וואס זענען למעשה נישט געדרוקט געווארן[5].

אין אמסטערדאם איז ער געווארן א מגיה און רעדאקטאר ביי די פרופס ברידער דריקעריי. אינעם באר היטב פון רבי זכריה מענדל פון בעלז חלק חושן משפט געדריקט אין יאר תקכ"ד זענען אריינגעשטעלט געווארן פילע הגהות פונעם מגיה – ווארשיינליך רבי אברהם אפנהיים[6].

רבי אברהם האט צוזאמגענומען פסקים פון שאלות ותשובות אויף אורח חיים, און געמאכט דערפון א חיבור 'אשל אברהם', און אויך צוגעלייגט הוספות צום באר היטב פון רבי יהודה טיקטין אויף אורח חיים. ער האט פארקויפט די רעכטן פונעם חיבור מיט א שטר מכירה צו די פרופס ברידער - יוסף, יעקב, און אברהם. אין יאר תקכ"ט האבן זיי דאס געדרוקט מיט די הסכמות וחרמים פונעם אמסטערדאמער אשכנז'ישער רב רבי שאול, דער בנין אריאל, וואס רופט רבי אברהם'ן "גבר גבר בכולא הרב המופלג החכם השלם ידיד נפשי", און פונעם ארטיגן ספרד'ישער רב רבי שלמה שלם וואס דרוקט זיך אויס "החכם השלם המופלא ומופלג מרביץ תורה וראש ישיבה בק"ק מנהיים", ווי אויך פון דער האגער רב, רבי שאול הלוי[7].

אין יאר תקל"ז האבן די פרופס ברידער זיך שוין געהאט צעטיילט. רבי אברהם האט דאן איבערגעדרוקט דעם באר היטב פון רבי יהודה טיקטין ביי איינער פון די ברידער, יוסף. דער ספר האט געהאט פילע הוספות און חידושים, סיי אויפן בלאט אין סיי אין דער באר היטב זעלבסט. אין דער באר היטב האט רבי אברהם אריינגעדרוקט שטיקלעך "מהדורא בתרא" פון רבי יהודה טיקטין, געקליבענע שטיקלעך פון רבי זכריה מענדל'ס באר היטב, און שטיקלעך פון זיין אייגענע חיבור "אשל אברהם"[8][9][10].

א יאר דערויף, תקל"ח, האט רבי אברהם געדרוקט א ספר ביי אן אנדערן ברודער פון די פרופס פאמיליע, אברהם. דאס מאל איז עס געווען דער באר היטב אויף יורה דעה פון רבי זכריה מענדל וואס האט געדינט אלס באזע, אויף וואס רבי אברהם האט צוגעלייגט געקליבענע שטיקלעך פון רבי יהודה טיקטין. ער האט אויך צוגעלייגט שטיקלעך פון זיין אשל אברהם, אבער ווייניגער ווי אין די אויפלאגע פון תקל"ז. טראצדעם וואס רבי זכריה מענדל'ס באר היטב האט געדארפט צו זיין דער עיקר, זענען געווען דערין אסאך שטיקלעך פון רבי יהודה, אזוי אז עס איז ענדערש א געמיינזאמע חיבור פון רבי יהודה און רבי זכריה מענדל רעדאגירט דורך רבי אברהם אופנהיים[8][9][10].

סוף האט ער געוואוינט אין האנאווער וואו ער איז נפטר געווארן אין א טיפן עלטער[2]. אויף זיין מציבה שטייט "בבית המדרש פה למד ודרש כשם ועבר"[1].

פאמיליע

זיין ווייב רבקה, טאכטער פון אברהם ריינגאנום (וואס איז געווען א ברודער פון לעמל משה[11]) איז געשטארבן 1742 (תק"ב). זיין טאכטער רעכל ווייב פון דער געלערנטער רב ר' אייזיק ריינגאנום איז געשטארבן יוני 2, 1786 אין מאנהיים; דארט איז אויך געשטארבן זיין טאכטער מירל, ווייב פון חיים לייב בענשיים אום דעצעמבער 15, 1803[5].

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 נוסח המצבה, געברענגט אין שלמה בן אפרים בלאך, ספר החיים, זייט 326; געברענגט ביי שמואל יוסף פין, "הר"ר אברהם אופנהיים", כנסת ישראל, ווארשע, תרמ"ז, עמ' 9
  2. 2.0 2.1 "אפנהיים, אברהם", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
  3. מבוא לשו"ע של מכון ירושלים כתוב שנפטר בתקמ"ט.[מקור פארלאנגט]
  4. Wiener (Magazin I, 82 u. 88)
  5. 5.0 5.1 L. Löwenstein, Gesch. der Juden in der Kurpfalz, p. 227 (דייטש)
  6. אברהם גולדראט, "מיעוט דמות של ספרים – על מפרשי השולחן ערוך", תגים ה-ו, ירושלים, תשל"ה, עמ' 20
  7. מכון ירושלים, שולחן ערוך מהדורת פריעדמאן, ירושלים, תשנ"ו, 77, 84–86, אורח חיים, מבוא (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  8. 8.0 8.1 יחיאל דוב ולר, "מהדורות באר היטב לשו"ע (ב)", ישורון יט, ירושלים, תשס"ז, עמ' תתמא–תתמב, אויף היברובוקס
  9. 9.0 9.1 מכון ירושלים, שולחן ערוך מהדורת פריעדמאן, ירושלים, תשנ"ו, יורה דעה, מבוא זייט 65 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  10. 10.0 10.1 אברהם גולדראט, "מיעוט דמות של ספרים – על מפרשי השולחן ערוך", תגים ב, בני ברק תשל"א, עמודים 6–7
  11. Lemle Moses Reinganum, אויף דייטשע וויקיפעדיע