רוי:יבום
מצוה
ייבום איז א מצוה אין דער תורה, אז א ברודער דארף מיַבם זיין (הייראטן) זיין שוועגערין (זיין ברודערס אלמנה), אין א פאל ווען ער שטארבט אן צו לאזן איבער זרע של קיימא (אדער א טראגעדיקע ווייב).
די תורה זאגט אז דער צוועק פון דער מצוה בכך איז פארן ברודער להקים שם לאחיו (שטעלן א נאמען פאר זיין טויטן ברודער) דורך האבן קינדער פון זיין ווייב; טייל מפרשים זאגן אז די הקמת שם איז אז מען גיט א נאמען דאס קינד נאכן טויטן פעטער, אנדערע האלטן אז מען רופט דאס קינד בן פלוני (דעם געשטארבענעם ברודער און נישט דער זון פון זיין טאטן.[1]
אין א פאל ווען אלע ברודער זאגן אפ פון ייבום דארף מען מאכן א חליצה צערעמאניע ווען די פרוי שפייט פאר אים.[2]
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!