רוי:עזה פאס
טעריטאָריע נעבן עגיפּטן און מדינת ישראל
עזה פּאַס (אדער עזה סטריפּ. ענגליש: Gaza Strip, העברעאיש: רצועת עזה) איז א טעריטאָריע וואס אקופּירט 140 קוואַדראַט מייל (363 קוואַדראַט קילאמעטער) לויפנדיג ביים מיטלענדישער ים גלייך צפון־מזרח פון די סיני האַלב־אינזל. די עזה סטריפּ איז אומגעווענטליך מיט'ן זיין א געדיכט באזעצט געגנט נישט אנערקענט אלס אַ דע יורי טייל פון קיין עקזיסטירנדן לאַנד. דער ערשטער אקוראטער צענזוס, דורכגעירט אין סעפטעמבער 1967, האט געוויזן אַ באַפעלקערונג קלענער ווי פריער געשאַצט דורך די פאַראייניגטע פעלקער רעליעף און וואָרקס אַגענטור פאַר פּאַלעסטינע פּליטים אינעם נאָנטן מזרח (UNRWA) אָדער דורך עגיפטן, מיט כמעט האַלב פון די מענטשן וואוינענדיג אין פליטים לאגערן. באפעלקערונג (2017) 1,899,291; (2023 געשאצט) 2,226,544.