רוי:חרן

אלטע שטאָט אין אויבער מעסאָפּאָטאַמיע, וואוינארט פון אברהם'ס פאמיליע
חורבות אין חרן

חָרָן איז אן אור־אלטער שטאט אין פדן ארם וואו תרח און זיין פאמיליע האבן זיך באזעצט ארויסגייענדיג פון אור כשדים אויפ'ן וועג קיין כנען, און אין איר איז תרח געשטארבן. דער שטאט ווערט היינט אידענטיפיצירט מיט דער טערקישער שטאט חאראן.

אין די תורה

אין ספר בראשית ווערט געשילדערט אז תרח אינאיינעם מיט זיינע זין אברהם אבינו און נחור און זיין אייניקל לוט זענען ארויס פון אוּר כַּשְׂדִּים מיט'ן ציל צו גיין קיין ארץ כנען, אבער תרח און נחור האבן זיך אפגעשטעלט אינמיטן וועג און זענען געבליבן אין חרן וואו תרח איז געשטארבן[1]. נאך זיין טויט האבן אברהם און זיין פלומעניק לוט ווייטער געוואנדערט קיין ארץ כנען.

אברהם האט געזען אין חרן זיין לאנד און געבורטס־ארט, און אהין האט ער געשיקט זיין קנעכט אליעזר צו זוכן א ווייב פאר זיין זון יצחק[2]. דארט האט אויך יעקב געהייראט זיינע ווייבער לאה און רחל, טעכטער פון לבן, אייניקל פון נחור. קיין חרן איז יעקב אנטלאפן פון עשו זיין ברודער און דארט זענען געבוירן צו יעקב עלף פון זיינע צוועלף קינדער וואס זענען געווען די שבטי ישראל.

אין שטאט חרן האבן געוואוינט ארמים, ווי עס שטייט אין די תורה: וַיְהִי יִצְחָק, בֶּן-אַרְבָּעִים שָׁנָה, בְּקַחְתּוֹ אֶת-רִבְקָה בַּת-בְּתוּאֵל הָאֲרַמִּי, מִפַּדַּן אֲרָם, אֲחוֹת לָבָן הָאֲרַמִּי, לוֹ לְאִשָּׁה (בראשית כה, כ). און די חתישע שפראך איז פדן (pēdan) טייטש א 'פלאץ', און פדן-ארם מיינט פילייכט פלאץ-ארם, דאס הייסט די וואוינארט פון די ארמים.

פארהאן וואס אידענטיפיצירן חרן אלס חורן נעבן רמת הגולן וואס ווערט ארויסגעזאגט חַוְרָן און ערקלערן די צעמישעניש פון די פאנאלאגישע ענליכקייט צווישן די נעמען[אויסקלארונג פארלאנגט].

היסטאריע

צווישן די 16'טע יארהונדערט בעפ"צ ביז די 13'טע יארהונדערט בעפ"צ האט געוועלטיגט אין שטאט די מִיתָנִי קעניגרייך און זי איז געווען די צענטראלע און וויכטיגסטע שטאט אין צפון מעסאפאטאמיא (זעט אויך ארם נהריים). אין די תקופה האבן געוואוינט אין חרן די מערב שעמיים פעלקער. פונקט ווי אור, איז אויך חרן געווען אין די תקופה א גרויסע רעליגיעזע צענטער, און אין איר איז פארגעקומען א קולטור פון דינען די לבנה. זי איז אויך געווען באקאנט ווי א שטאט פון האנדל ביי די וועג פון די הענדלער נינוה-חרן-כרכמיש-חאלעב-דמשק-כנען.

ארום יאר 1270 בעפ"צ איז די שטאט אקופירט געווארן דורך שלמנאסר דער ערשטער קעניג פון אשור. ביי די תקופה ווען די אשור קעניגרייך האט אנגעהויבן אונטערצוגיין איז די שטאט קאנטראלירט געווארן דורך די אֲרָמִים, און מיטן זיך פארשטארקן פון זייער קעניגרייך זענען די אַשׁוּרִים צוריקגעקומען און עס צוריק איינגענומען. אין יאר 612 בעפ"צ, האט דער לעצטער אשורישער קעניג אשור-אובליט דער צווייטער אריבערגעפירט זיין הויפטשטאט קיין חרן, און דאס, נאך וואס די פריערדיגע הויפטשטאט נינוה איז אקופירט געווארן דורך די בבלים. נאכן פאלן פון די אשורישע קעניגרייך איז די שטאט געווען אונטער די רעגירונג פון בבל, און מיטן פאלן פון בבל ביים זעקסטן יארהונדערט בעפארן ציילן איז די שטאט אריבער צו די מַדִיישע און כַּשְׂדִישע רעגירונג.

אינעם אומגעגנט פון חרן איז פארבליבן אן אנדענק צו די תקופת המקרא מיט די נעמען פון די שטעט: תל תרח, תל נחר, שרג. אין תל נחר איז געשטאנען, ווי עס שיינט, די שטאט פון נחור, און אין תל תרח איז געבליבן אן אנדענק צו די פאמיליע פון תרח, וואס ווי עס ווייזט אויס איז זי געווען פון די באוואוסטע פאמיליעס אין יענעם געגנט. לויט בבלישע צייכענונגען פון די תקופת האבות קוקט אויס, אז אן אנגעזענע וועג האט געפירט פון דרום מעסאפאטאמיא, ארום אור כשדים, ביז חרן, און פון איר דורך כרכמיש און חאלעב קיין דמשק און חצור וואס איז אין ארץ כנען.


דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

טיילן פון דער בלאט זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער