רוי:דזשעף סעשאנס

סענאטאר פון אלאבאמא
ווערסיע פון 04:17, 1 נאוועמבער 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דזשארזש" ב־"דזשארדזש")
דזשעף סעשאנס
סעשאנס קאמפיינענדיג פאר טראמפ אין אריזאנע

דזשעפארסאן בארעגאַרד "דזשעף" סעשאנס דער דריטער (ענגליש: Jefferson Beauregard "Jeff" Sessions III; געב' דעם 24סטן דעצעמבער 1946) איז דער געוועזענער רעפובליקאנער סענאטאר פון אלאבאמא, און געוועזענע אדוואקאט גענעראל אין דער טראמפ אדמיניסטראציע.

ביאגראפיע

סעשאנס איז געבוירן געווארן אין סעלמע, אלאבאמא, אום 24סטן דעצעמבער 1946, צו דזשעפארסאן באַרעגאַרד סעשאנס דזשוניאר.

פאליטישע טעטיקייטן

פאליטישע קאריערע

סעשאנס איז ערוויילט געווארן אלס אדוואקאט גענעראל פון ​​אלאבאמא אין נאוועמבער 1994, באזיגנדיג דעם דעמאלטדיגן אדוואקאט גענעראל, דער דעמאָקראַט, זשימי עוואַנס מיט 57% פון די שטימען. די שטארקע קריטיק וואס ער האט באקומען פון סענאַטאָר עדוואַרד קענעדי, וואס האט געזאגט אז ער איז אַ "שפאן-צוריק צו אַ שענדליכער תקופה" און אַז ער איז א "שאנדע" האט ארויסגעברענגט אין די מאסן די שטיצע פון אלאבאמא'ס קאָנסערוואַטיוון.

סעשאנס איז ערוויילט געווארן סענאַטאר פון אלאבאמא צום ערשטן מאל אין 1996, און ווידער ערוויילט געווארן אין 2002, 2008 און 2014.

אויף דעם 18טן פון נאוועמבער 2016, האט אים טראמפ נאמינירט צו זיין די אדוואקאט גענעראל און זיין אדמיניסטראציע,

א טאג נאך די מידטורם וואלן אין 2018 האט עם טראמפ ארויסגעווארפן פון אמט,

אין נאועמבער 2020 איז ער אומסוקסעספול געלאפן צוריק צו נעמען זיין סענאט זיץ אין ​​אלאבאמא.

די דורכפאל פון רייגען'ס נאמינאציע

אין 1986 האט ראנאלד רייגען נאמינירט סעשאנס פאר ריכטער אין דעם לאקאלן פעדעראלן געריכט אין אלאבאמא אבער עס איז בלאקירט געווארן אין סענאט נאך פראפעגאנדע פון לינקע אקטיוויסטן פאר ציווילע רעכטן, ווייל ער האט געלאזט פאלן באמערקונגען וואס איז געווען לשיטתם ראסיסטיש, סעשאנס האט זיך דעמאלט פארטיידיקט זאגנדיג אז ער האט דאס נישט געמיינט אין קיין שום ראסיסטישן וועג.

2016 פרעזידענליכע וואלן

סעשאנס איז געווען אַ פון די ערשטע שטיצער פון דער פּרעזידענטליכער קאַנדידאטור פון דאנאלד טראמפ, און ער איז געווען אַ הויפּט פּאָליטישער יועץ צום טראַמפּ קאַמפּיין, ספּעציעל אויף אימיגראציע און נאציאנאלער זיכערהייט.

אום 28סטן פעברואר 2016, האט סעשאנס אפיציעל אינדארסירט דאָנאַלד טראַמפּ פאַר פּרעזידענט. די טראַמפּ קאמפיין האט באטראכט די מעגליכקייט צו נעמען סעשאנס אלץ וויצע פרעזידענט,

טראמפ האט אפיציעל געמאלדן אום 18טן נאוועמבער 2016, אַז ער פּלאַנט צו נאָמינירן סעשאנס אלץ אדוואקאט גענעראל פון ​​די פאראייניגטע שטאטן, נאכדעם וואס ער איז באשולדיגט געווארן אז ער וויל נישט אפזאגן דעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מאלער האט עם טראמפ ארויסגעווארפן אין נאוועמבער 2018

פאליטישע שיטות

סעשאנס איז געשטעלט געווארן אויף דער ליסטע דורך דעם נאַציאָנאַלער דזשורנאַל אין 2007 אלץ דער פינפט-מערסט קאנסערוואטיווער יו. עס. סענאַטאר, שטייענדיג זייער שטארק מיט דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי אויף פּאָליטישע פראגעס.

אלץ אַ סענאַטאָר, איז ער באקאנט געווען פאַר זיין אָפּאָזיציע צו אומלעגאַלע אימיגראציע און אויך זיין אַדוואַקאַטור צו פארמינערן אפילו די צאל פון לעגאַלע אימיגראציע.

ער האט געשטיצט די לעגיסלאַטיווע מאטיווען פון די דזשארדזש וו. בוש אַדמיניסטראַציע, צו שניידן שטייערן, אריינגערעכנט די 2001 און 2003 שטייער שניידן פּעקעדזש,

ער האט געשטיצט די איראַקער מלחמה. (אגב פרעזידענט טראמפ האט ביי די פריימעריס אראפגעריסן דזשעב בוש ווייל זיין ברידער דזשארדזש וו. בוש האט אריינגעפירט אין די מלחמה).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!