דרעפט:כדרלעומר

קעניג פון עֵילָם אין די תורה
אברהם באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון אנטאניא טעמפעסטא, יאר 1613

כְּדָרְלָעֹמֶר איז א קעניג פון עילם דעמאנט אין בראשית יד אלס אליאירט מיט דריי אנדערע קעניגן, אונטעררדריקנדיג אן אויפשטאנד פון פינף קעניגן פון כיכר הירדן וואס האבן געמאכט א בונד צו ווידערשפעניגן אין די קעניגן פון מעסאפאטאמיע, אין די צייטן פון אברהם אבינו.

אין די תורה

לויט עטליכע מפרשים איז כדרלעומר געווען דער וויכטיגסטער פון די קעניגן פון די קאאליציע[1], טראץ וואס אמרפל איז געווען דער עלטסטער צווישן זיי [2]. טייל זאגן אז אין גרויסקייט און אין פירן די קעניגרייך אינעווייניג אין לאנד איז אמרפל געווען אין שפיץ, און מיט העלדישקייט אין קריג איז כדרלעומר געווען אין שפיץ[3]. לויט רש"י איז אמרפל געווען דער חשוב'סטער צווישן די פיר קעניגן[4].

זיין נאמען און אפשטאם

נאכן געפינען די אשורבאניפאל ביבליאטעק און לערנען די שפראך פון עילם, האט זיך ארויסגעוויזן אז די טייטש פון די נאמען איז: "כֻּדֻר" - דינט, גלייבט; לעוֹמר - א געץ אין עילמישע פאנטהעאן. מיט דעם, איז נאך נישט געפינען געווארן דאקומענטאציע וועגן א קעניג אדער מענטש מיט די נאמען. פארהאן פארשער וואס אידעטיפיצירן כדרלעומר מיט כדור-מובוכ (Kudur-Mabuk), טאטע פון וארד-סין (וואס איז אידענטיפיצירט מיט אריוך)[5], און אנדערע אידענטיפיצירן אים מיט Kutir-Naẖunte, איינער פון די קעניגן פון עילם וואס האט געברענגט די בבלישע געצן צו זיין לאנד[6].

יוסף בן מתתיהו שרייבט אז כדרלעומר איז געווען אן אשור'ישער קריגס-מיניסטער וועלכער איז געשיקט געווארן מיט דריי אנדערע קריגס-מיניסטארן פאר א שטראף קאמפיין אין כנען; צוזאמען האבן זיי בארויבט סיריע און אונטערטעניגט די קעניגן פון סדום און אומגעגנט וועלכע האבן ווידערשפעניגט אין אשור[7].

אין מדרש

אין מדרש רבה שטייט אז די פיר מלכים זענען מרמז קעגן די פיר גרויסע אימפעריעס וואס וועלן אויפשטיין אויף דער וועלט, און "כדרלעומר מלך עילם, זה מָדַי"[8]. דער רמב"ן ברענגט דעם מדרש אנדערש, און לויט אים איז כדרלעומר מרמז אויף יָוָן[9].

רעפערענצן

  1. רד"ק
  2. פענח רזא וטור, בראשית שם
  3. העמק דבר, בראשית יד,א
  4. גור אריה פון מהר"ל, בראשית יד,ה
  5. Myths of Babylonia and Assyria - The Golden Age of Babylonia.
  6. פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, ע"מ 104.
  7. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, ספר א, פרק ט
  8. בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ד'
  9. רמב"ן, בראשית יד, א