דרעפט:כדרלעומר

ווערסיע פון 19:35, 28 אקטאבער 2023 דורך למאי נ"מ (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '220px|ממוזער|שמאל|[[אברהם זיגט די פיר קעניגן , מאלעריי פון אנטוניו טמפסטה יארע 1613]] '''כְּדָרְלָעֹמֶר''', קעניג פון עילם ווערט דעמאנט אין תנ"ך {{תנ"ך|בראשית|יד}} ווי איינער פון די מלחמה פון די פיר קעניגן מיט די פ...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
אברהם זיגט די פיר קעניגן , מאלעריי פון אנטוניו טמפסטה יארע 1613

כְּדָרְלָעֹמֶר, קעניג פון עילם ווערט דעמאנט אין תנ"ך בראשית יד ווי איינער פון די קאליציע פון די פיר קעניגן וואס איז געגרינדעט געווארן צוזאמען מיט אמרפל קעניג פון שנער, כדרלעמר קעניג פון עילם און תדעל קעניג פון גוים, מיטן ציל צו דערדריקן די אויפשטאנד פון די פינף קעניגן פון כיכר הירדן, וואס האבן געמאכט א בונד צו ווידערשפעניגן אין די קעניגן פון מעסאפאטאמיא.

לויט אפאר מפרשים איז כדרלעומר געווען דער חשובסטער און וויכטיגסטער פון די קעניגן פון די קאאליציע[1], טראץ וואס אמרפל איז געווען דער עלטסטער צווישן זיי [2]. טייל זאגן אז אין גרויסקייט און אין פירן די קעניגרייך אינעווייניג אין לאנד איז אמרפל געווען אין שפיץ, און מיט העלדישקייט אין קריג איז כדרלעומר געווען אין שפיץ[3]. לויט רש"י איז אמרפל געווען דער חשוב'סטער צווישן די פיר קעניגן[4].

זיין נאמען און אפשטאם

נאכן געפינען די אשורבאניפאל ביבליאטעק און לערנען די שפראך פון עילם, האט זיך ארויסגעוויזן אז די טייטש פון די נאמען איז: "כֻּדֻר" - דינט, גלייבט; לעוֹמר - א געץ אין עילמישע פאנטהעאן. מיט דעם, איז נאך נישט געפינען געווארן דאקומענטאציע וועגן א קעניג אדער מענטש מיט די נאמען. פארהאן פארשער וואס אידעטיפיצירן כדרלעומר מיט כדור-מובוכ (Kudur-Mabuk), טאטע פון וארד-סין (וואס איז אידענטיפיצירט מיט אריוך)[5], און אנדערע אידענטיפיצירן אים מיט Kutir-Naẖunte, איינער פון די קעניגן פון עילם וואס האט געברענגט די בבלישע געצן צו זיין לאנד[6].

דער רמב"ן אין בראשית רבה ערקלערט אז ” כדרלעומר מלך עילם, זו יון”, ווידעראום יוסף בן מתיתיהו אין זיין ספר קדמוניות היהודים צייכנט אז כדרלעומר איז געווען איינער פון די מיליטער מיניסטערס פון די אשורים. יוסף בן מתיתיהו שילדערט וויאזוי די פיר מיליטער מיניסטערס האבן גערויבט סיריע און זיי זענען אנגעקומען צום געגנט פון סדום, כדי צו קעמפן מיט די קעניגן פון כיכר הירדן, וואס האבן ווידערגעשפעניגט אין אשור[7].

זעט אויך

רעפערענצן

  1. רד"ק
  2. פענח רזא וטור, בראשית שם
  3. העמק דבר, בראשית יד,א
  4. גור אריה פון מהר"ל, בראשית יד,ה
  5. Myths of Babylonia and Assyria - The Golden Age of Babylonia.
  6. פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, ע"מ 104.
  7. יוסף בן מתיתיהו, קדמוניות היהודים, ירושלים, מוסד ביאליק, 2002, ע"מ 19.