אמרפל

קעניג פון שנער, פון די פיר קעניגן אין מלחמת המלכים
ווערסיע פון 07:27, 27 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צוגעלייגט דעסקריפציע, הגהה אנהייב)


אמרפל דער קעניג פון שנער, ווערט דערמאנט אין תנ"ך אין ספר בראשית, קאַפּיטל י"ד ווי איינער פון די קעניגן פון די פיר קעניגן קאאליציע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן צוזאמען מיט אריוך דער קעניג פון אלסר, כדרלעומר דער קעניג פון עילם און תדעל דער קעניג פון גוים, צו דערשטיקן די אויפשטאנד פון די פינף קעניגן פון כיכר הירדן און נאך פעלקער אין געגנט[1], וואס האבן אנגעבונדן א בונד צו ווידערשפעניגן אין די קעניגן פון מעסאפאטאמיא. אמרפל איז די ערשטע פערזענליכקייט אין תנ"ך וואס צו איר ווערט צוגעלייגט די טיטל קעניג.

אברהם באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון אנטאניא טעמפעסטא, יאר 1613

אמרפל איז געווען באוואוסט ווי א גרויסער קעניג אין זיין צייט[2], און לויט רש"י איז ער געווען דער חשובסטער צווישן די פיר קעניגן[3]. אנדערע מפרשים זאגן, אז כדרלעומר איז געווען דער חשובסטער צווישן זיי[4], נאר אמרפל איז געווען דער עלטסטער פון אלעמען[5]. און נאך אנדערע זאגן, אז אין גרויסקייט און אין פירן די קעניגרייך אינעווייניג אין לאנד איז אמרפל געווען דער בעסטער, און אין העלדישקייט אין קריג איז כדרלעומר געווען דער בעסטער[6].

די נאמען אמרפל ווערט אויך דערמאנט אין אוגארישע טעקסטן אין טראַנסקריפּציע עמרפ ווען די בוכשטאב ל' פעלט[7]. שנער איז למעשה די אלטע נאמען פון בבל, ווי עס ווייזט אויס פון מעשה דור הפלגה: ”וַיְהִי בְּנָסְעָם מִקֶּדֶם וַיִּמְצְאוּ בִקְעָה בְּאֶרֶץ שִׁנְעָר וַיֵּשְׁבוּ שָׁם... עַל כֵּן קָרָא שְׁמָהּ בָּבֶל כִּי שָׁם בָּלַל ה' שְׂפַת כָּל הָאָרֶץ וּמִשָּׁם הֱפִיצָם ה' עַל פְּנֵי כָּל הָאָרֶץ” (בראשית פרק י"א, פסוקים ב'; ט') א זאך וואס שטימט מיט איינע פון די שאצונגען וואס נייגט צו אידענטיפיצירן אמרפל מיט דער בבלישער חמורבי, וואס איז אויך באקאנט ווי עמורפי. א אנדער שאצונג אידענטיפיצירט אים מיט אובל-פי-אל דער צווייטער קעניג פון אשנונה[8].

חז"ל אידענטיפיצירן אמרפל מיט נמרוד וואס ווערט אנגערופן אמרפל "שאמר פול לכבשן האש" (וואס האט געזאגט פאל אריין אין פייער) פאר אברהם אבינו[9].

יוסף בן מתתיהו אין זיין ספר "קדמוניות היהודים" באצייכנט, אז אמרפל איז געווען איינער פון די פיר מיליטער מיניסטערן פון די אשורים וועלכע האבן גערויבט סיריע און זענען אנגעקומען אין געגנט פון סדום, כדי מלחמה צו האלטן מיט די קעניגן פון כיכר הירדן וואס האבן ווידערגעשפעניגט אין אשור[10].

זעט אויך

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. אין פסוק ווערט געשילדערט א גאנצע שטראף קאמפיין פון די פעלקער פון געגנט וואס האבן ווידערגעשפעניגט אין די פיר קעניגן, וואס האט אריינגערעכנט אפאר פעלקער אויסער די פינעף קעניגן פון כיכר הירדן (בראשית יד, ה-ח'):  וּבְאַרְבַּע עֶשְׂרֵה שָׁנָה בָּא כְדָרְלָעֹמֶר וְהַמְּלָכִים אֲשֶׁר אִתּוֹ וַיַּכּוּ אֶת רְפָאִים בְּעַשְׁתְּרֹת קַרְנַיִם וְאֶת הַזּוּזִים בְּהָם וְאֵת הָאֵימִים בְּשָׁוֵה קִרְיָתָיִם: וְאֶת הַחֹרִי בְּהַרְרָם שֵׂעִיר עַד אֵיל פָּארָן אֲשֶׁר עַל הַמִּדְבָּר: וַיָּשֻׁבוּ וַיָּבֹאוּ אֶל עֵין מִשְׁפָּט הִוא קָדֵשׁ וַיַּכּוּ אֶת כָּל שְׂדֵה הָעֲמָלֵקִי וְגַם אֶת הָאֱמֹרִי הַיֹּשֵׁב בְּחַצְצֹן תָּמָר: וַיֵּצֵא מֶלֶךְ סְדֹם...". 
  2. ספורנו
  3. גור אריה למהר"ל, בראשית שם
  4. רד"ק
  5. פענח רזא און טור על התורה, בראשית שם
  6. העמק דבר
  7. פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, ע"מ 103.
  8. Micael Roaf, Cambridge Atlas of Archaeology - king lists p.111 and pp.108-123.
  9. עירובין נג, א
  10. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, ירושלים, מוסד ביאליק, 2002, זייט 19.