רוי:שלום מרדכי רובאשקין

ווערסיע פון 23:53, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

שלום מרדכי הלוי רובאַשקין (געב' כ"ח תשרי ה'תש"כ, 30סטן אקטאבער 1959) איז אן אמריקאנער בירגער און א ליובאוויטשער חסיד און דער געוועזענער וויצע-פרעזידענט פון אגריפראצעסארס אין פאסטוויל, אייאווע, די גרעסטע כשרע פלייש פירמע אין די פאראייניגטע שטאטן. אין יאר 2009 איז ער פאראורטיילט געווארן צו 27 יאר אין א פעדעראלער תפיסה, אבער אום 20סטן דעצעמבער 2017, איז ער באפרייט געווארן נאכדעם וואס דער 45סטער פרעזידענט פון די פארייניגטע שטאטן דאנאלד טראמפ איז איינגעוויליגט געווארן אים צו דערלאנגען א "באגנאדיגונג" און פארקורצן זיין שטראף צוליב די אומצאליגע ווידערקערנדע בקשות פון רובאשקינ'ס משפחה מיטגלידער, עסקנים, רבנים פון פארשידענע שיכטן און קרייזן, ווי אויך מיטגלידער פונעם אמעריקאנישן סענאט

לעבנסגעשיכטע

רבי שלום מרדכי איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תש"כ אין ניו יארק, צו זיינע עלטערן הרב אהרן און מרת רבקה רובאשקין. אין יאר ה'תשמ"א האט ער געהייראט מרת לאה גאלדמאן, און דערנאך האט ער אנגעהויבן צו לערנען אין דעם ליובאוויטשער כולל אין דער קראון הייטס געגענט, די וועלטליכע הויפטקווארטיר פון ליובאוויטשער חסידים. אומגעפער א יאר שפעטער האט ער אנגעפאנגען צו ארבעטן צוזאמען מיט זיין פאטער אין א כשר'ן פלייש געשעפט אין בארא פארק, און אנשליסנד האט ער זיך אריבערגעצויגן אין אטלאנטא, דזשארדזשיע אין אויפטראג פון חב"ד אלס א שליח מצווה

די אויפשטעלונג און גרינדונג פון דער פאבריק

די ריזיגע פלייש פאבריק, אגריפראסעסארס, איז געגרינדעט געווארן דורך זיין פאטער וועלכער איז פארדעם געווען אן אייגנטימער פון א פלייש געשעפט אין ברוקלין, ניו יארק. אין יאר 1989 האט זיין פאטער אפגעקויפט א פלייש געשעפט וועלכער איז געווען באשטימט פארדעם זיך צומאכן, און אריינגעלייגט אלע זיינע געלט פאר דער באזירונג פון דעם באטריב, און קורץ נאכהער האט זיך די פאבריק פארוואנדלט אין א בארומטע און פירנדע מארקן-נאמען פאר פלייש פראדוצירונג אין אמעריקע. אין די 1990ער יארן איז די פאבריק פארברייטערט געווארן, און האט אנגעפאנגען צו פארמארקעטן און ליפערן פלייש איבעראל אין די פאראייניגטע שטאטן. אין די לעצטע יארן איז די פאבריק געווען צושטענדיג אויף 60 פראצענט פונעם כשר'ן פלייש אין גאנץ אמעריקע און אויף 40 פראצענט פון דעם געפליגל מארק.

די פארהאפטונג

אום 12טן מאי 2008, האבן גרויסע מאכטן פון דער שטראף-פערפאלגונג (ענגליש: Law enforcement), (העברעאיש: אכיפת החוק), (דייטשיש: Strafvervolgung) באגלייט מיט העליקאפטערן דורכגעפירט דורכזוכונג, מיט א ציל צו כאפן אומלעגאלע אנגעשטעלטע. אין דער צייט פון דער דורכזוכונג זענען פארהאפטעט געווארן 400 אנגעשטעלטע וועלכע זענען געווען פארדעכטיגט אין אומלעגאלער אויפענטהאלט אין אמריקע. נאענט צו 400 אנגעשטעלטע זענען פאראורטיילט געווארן צוליב אויספאלשן איינוואנדערונג דאקומענטן.

אין סעפטעמבער 2008 איז איינגערייכט געווארן קעגן רובאשקין אן אנקלאגע צוליב דער באשעפטיגונג פון אומלעגאלע ארבעטער, אבער די באשולדיגונגען זענען פארנאכלעסיגט און ענדגילטיג געשליידערט געווארן, נאכדעם וואס דאס געריכט-הויז אין הויפט פון דער פרוי-ריכטער וואס איז באוואוסט מיט איר שנאה צו אידן, האט אים געאורטיילט צו 27 יאר אין געפענגעניש און צוזעצליך דערויף איז ער געצווינגען געווארן אויסצוצאלן געלטשטראף אין סומע פון 31 מיליאן דאלאר וועגן באטרוג און שווינדל. צוזעצליכער געריכט-פראצעס, וועלכע האט זיך באשעפטיגט אנגעבליך מיט באשעפטיגונג פון מינדעריעריגן קעגן דעם אמעריקאנישן געזעץ, האט זיך געענדיגט שליסליך מיט דעם וואס רובאשקין איז פרייגעשפראכן, אבער די באשולדיגונגען קעגן דער פאבריק, וועלכע האט אויפגעהערט צו ווירקן אין אקטאבער 2008, און עטליכע טעג דערנאך האט רובאשקין אפגעגעבן און דערקלערט באנקראטירונג, האבן זיך געענדיגט מיט פאראורטיילונג אין ראמען פון "פארשטענדיגונג פון שטראף-פראצעס" (ענגליש: Plea deal).

די דורכזוכונג איז אויסגעפירט געווארן נאך אן אנגעשטרענגטער אויספארשונג, וואס האט געדויערט ערגעץ ארום אכט מאנאטן, אבער נאך דער דורכזוכונג, האבן זיך איינגעזאמלט נאך אנקלאגעס אויסער דער שטייער-פארווייגערונג אין הינזיכט פון געלט-וואשן און באטרוג פון באנקן. שליסליך האט דער באצירק-שטאט'ס-אנוואלט (ענגליש: District attorney), (העברעאיש: התובע המחוזי) באשלאסן זיך צו קאנצענטרירן אין די שטייער אנקלאגעס, און אום נישט צו קאמפליצירן דאס געריכט פראצעס נאך מער, האט מען פשוט דורכאויס אוועקגעשליידערט די באשולדיגונגען און קלאגעס וואס האבן געהאט צו טון מיט דער באשעעפטיגונג פון אומלעגאלע און מינדעריעריגע ארבעטערס.

דער פארלויף פונעם געריכט

רובאשקין איז פאראורטיילט געווארן אין א פעדעראלן געריכט אום נאוועמבער 2009 אין זעקס און אכציג באשולדיגונג-אבזאצן וועגן געלטליכע באטרוגן, און דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן צוזעצליכע געריכטס-פארהאנדלונג וועגן דער באשעפטיגונג פון אומלעגאלע אנגעשטעלטע, וואו די פרוי-ריכטער האט באשלאסן אראפצונעמען די דאזיגע באשולדיגונג-אבזאץ לויט דער בקשה פון דער שטראף-פערפאלגונג אום צו באיילן דעם געריכט'ס פראצעס.

אום 21סטן יוני 2010 האט לינדא ריד, אן אנטיסעמיטע פרוי-ריכטער פונעם אמטסגעריכט פאראורטיילט רובאשקין צו זיבן און צוואנציג יאר אין געפענגעניש, (כאטש דער מאקסימאלער שטראף אין דעם געזעץ איז א סאך ווייניגער). די פרוי-ריכטער האט אבזיכטליך פארעפענטליכט איר ענטשיידונג א טאג פארן אויסליינען דעם אורטייל, אום צו פארמיידן די שווערע רעאקציעס דורך דער אויסליינונג פונעם אורטייל.

די אדוואקאטן פון רובאשקין האבן איינגערייכט אן אנטראג פאר א ווידערליכן געריכט פארהאנדלונג און האבן געטענ'ט אז די פרוי-ריכטער האט לכאורה געדארפט זיך דיסקוואליפיצירן פונעם פראצעס וויבאלד זי איז געווען אריינגעמישט אין דער אויספורשונג פון דער געשיכטע, אבער זי האט באשלאסן אפזאגן און נישט אננעמען די טענות פון דער רעכטליכע פארטיידיגונג. אין יאנואר 2011, האבן רובאשקינ'ס אדוואקאטן אפגעגעבן אפעלעציע צום ספעציעלן געריכט פאר אפעלאציעס אין די פאראייניגטן שטאטן, אבער טראצדעם האט מען אפגעלייגט די אפעלאציע. אין יענעם יאר האבן פינף און פערציג קאנגרעס מיטגלידער געשיקט א בריוו צום אלגעמיינעם-שטאט'ס-אנוואלט (ענגליש: District Attorney), (העברעאיש: התובע המחוזי) עריק האלדער, און געבעטן פון אים דורכפורשן דעם וועג פון די באהאנדלונג אין רובאשקינ'ס געשיכטע.

אום 30סטן יאנואר 2014, האבן רובאשקינ'ס אדוואקאטן נאכאמאל איינגערייכט א נייע אפעלאציע צום פעדעראלן געריכט-הויז אין ניו-יארק, אין וועלכער זיי האבן אויספירליך געשילדערט די אנגעלעגנהייטן וואס האבן פאסירט אין לויף פונעם געריכט פראצעס, און הויפטזעכליך אז די פרוי-ריכטער וואס האט אים פאראורטיילט האט געדארפט שוין אנפאנג זיך צוריקצוציען און זיך נישט באשעפטיגן מיט דער פרשה, צוליב איר ארבעט אין געמיינשאפט מיט א געוויסן אדוואקאטן ביורא, וועלכער האט זיך באשעפטיגט מיט די קלאגעס קעגן אים.

די באפרייאונג

חרדישע אידן פון פארשידענע שיכטן האבן מיט שפאנונג נאכגעפאלגט דעם געריכט פראצעס אין לויף פון דער גאנצער צייט, און האבן זיך פאראייניגט מיט א ציל אים אונטערשטיצן און שליסליך ברענגען צו זיין לאנגערווארטעטער באפרייאונג. פאר אלעם, האט די געשיכטע בארירט פילע אידישע הייזער צוליב דעם פאקט אז רובאשקין איז פאראורטיילט געווארן דורך א ריכטער וואס האט פיינט אידן צו א גרויסער צאל יארן אין געפענגעניש, טראצדעם וואס איינדייטיג דער דורכשניטליכער שטראף אין דעם געזעץ איז א סאך ווייניגער, און דער עולם האט געהאט מיטלייד מיט אים. אין פילצאליגע שטעט זענען אפגעהאלטן געווארן אונטערשטיצונג דעמאנסטראציעס, בארומטע אידישע זינגערס האבן זיך פאראיינט און ארויסגעגעבן צוזאמען א ווידעא-קליפ וועלכער שטיצט אים. אומצאליגע בריוון וואס זענען געשריבן געווארן דורך טויזנטער תינוקות של בית רבן, עסקנים, רבנים און נאך א סאך מענטשן וואס האבן געהאט א מיטגעפיל צו דער געשיכטע, זענען געשיקט געווארן צו רובאשקין דורך דער גאנצער צייט ווען איז ער געווען אין תפיסה. שווערע געלט איז איינגעזאמלט געווערן אום צו דעקן די שווערע סומעס פונעם געריכט פראצעס.

א פעטיציע פאר זיין באפרייאונג וואס איז אונטערגעשריבן געווארן דורך איבער 52 טויזנט מענטשן און אנגעקומען ביז צום ווייסן הויז אין וואשינגטאן, איז שליסליך אפגעלייקנט געווארן דורך דעם געוועזענעם אמעריקאנישן פרעזידענט באראק אבאמא.

אום ב' טבת ה'תשע"ח זאת חנוכה, איז געשעהן א נס און רובאשקין איז באפרייט געווארן לויט א באפעל פונעם היינטיגן פרעזידענט דאנאלד טראמפ וואס האט באשלאסן אים צו באפרייען. שפעטער עס האט זיך ארויסגעוויזן אז טראמפ'ס הארץ האט זיך אנגעפילט מיט רחמנות נאך ליינען א בריוו פון א קראנקן אידיש קינד וואס האט אים געשיקט א בריוו וואו ער בעט צו באפרייען רובאשקין, און דער פרעזידענט איז טאקע בארירט געווארן פונעם בריוו, און דריי טעג דערנאך רובאשקין איז שוין געווען אינדרויסן פון די געפענגעניש טויערן. אומעטום האבן אידן אנגענומען די בשורה מיט א שטארקער פרייד און א מעכטיגע קבלת פנים איז אויפגעראכטן געווארן שפעטער אין באטייליגונג פון רבבות.

דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!