רוי:קאשוביש

ווערסיע פון 22:39, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
א בלאט פון סטעפאַן ראַמולט פאמעראַניש (קאַשוביש) ווערטערבוך 1893

קאַשוביש (קאשוביש: kaszëbsczi jãzëk, pòmòrsczi jãzëk, kaszëbskò-słowińskô mòwa; פּויליש: język kaszubski) איז איינע פון די לעכישע שפראכן, אן אפטייל פון די סלאווישע שפראכן. קאשוביש איז די נאנסטע לעבעדיגע שפראך צו פויליש.

ענליך צו פויליש, האט קאשוביש געבארגט אסאך ווערטער פון נידערדייטש, ווי kùńszt (קונסט), און אויך פון דייטשיש.

די ערשטע געדרוקטע קאשובישע דאקומענטן זענען פונעם 16טן יארהונדערט. די היינטיגע לאטיינישע ארטאגראפיע איז ערשט פארגעשטעלט אין 1879.

אין דעם 2002 צענזוס, האבן 53,000 מענטשן אין פוילן געמאלדן אז זייער ערשטע שפראך אין שטוב איז קאשוביש. די קאשוביש רעדער רעדן אלע פליסיג פויליש. קאשוביש איז א צווייטע אפיציעלע שפראך אין טיילן פון דער פאמעראנישער וואויוואדעשאפט. ס'איז אויך דא אין קאנאדע קאשובער וואס רעדן קאשוביש.

די הויפט ליטעראטור אין קאשוביש איז Xazeczka dlo Kaszebov פון פלאריאן ציינאווא (1817–1881).


רעפערענצן

  • סטעפאַן ראַמולט, Słownik języka pomorskiego, czyli kaszubskiego, "ווערטערבוך פון דער פאמעראניש אדער קאשוביש שפראך" (קראקע, 1893)



וויקיפּעדיע אויף קאשוביש
סלאווישע שפראכן 
אסט-סלאוויש: אוקראיניש | בעלארוסיש | רוסיניש | רוסיש
וועסט-סלאוויש: טשעכיש | כנעניש (יידיש-טשעכיש) | סארביש: אויבער סארביש, אונטער סארביש | סלאוואקיש | פויליש | קאשוביש | שלעזיש
דרום-סלאוויש: בולגאריש | מאקעדאניש | סלאוועניש | סערבא-קראָאַטיש: באסניש, סערביש, קראָאַטיש, מאנטענעגריניש
אַנדערע: אלט קירכע סלאוואניש | אינטערסלאוויש

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!