רוי:צווייטע עליה

ווערסיע פון 21:44, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
עליות קיין ארץ ישראל
אין דער נייער צייט

עליות נאכן אויפשטעלן די מדינה:


די צווייטע אימיגראציע (וואס הייסט ארבייטערס עמיגראציע) איז געווען די צווייטע גרופע פון ארום 35 טויזנט ציוניסטישע אידן וואס האבן עמיגרירט פון מזרח אייראפע (איבערהויפט פון רוסלאנד) און פון תימן קיין ארץ ישראל אין די נייע תקופה צווישן די יארן ה'תרס"ג ; 1903 ביז ה'תרע"ד ; 1914 ווען עס האט אויסגעפלאצט דער ערשטער וועלט קריג. (דענסטמאל איז ארץ ישראל געווען אונטער דער אטאמאנישער אימפעריע.)

רוב פון די עמיגראנטן האבן עמיגרירט צו פארבעסערן זייער לעבנסשטייגער אין עקאנאמיע און צוליב די אנטיסעמיטיזם וואס האט געהערשט אין אייראפע, אבער א קליין טייל פון זיי (ארום 1500 מענטשן) האבן עמיגרירט פון אידיאלאגישע סיבות כדי צו אויפשטעלן אין דער צוקונפט א יידישע מדינה, צ.ב.ש. האבן זיי זיך משתדל געווען צו רעדן העברעיש כאטש וואס זייער מוטער שפראך איז געווען יידיש אדער רוסיש.

די אימיגראציע האט פאסירט בשעת ווען ווולגארערע אידן (ארום 1.3 מיליאן) האבן עמיגירט פון מזרח אייראפע צו אנדערע לענדער פון די גארער וועלט איבער הויפט צו די פאראייניגטע שטאטן, האבן א קליין טייל פון זיי עמיגרירט קיין ארץ-ישראל.

די סיבות פון די אלגעמיינע אימיגראציע איז געווען אזוי ווי ביי דער ערשטער אימיגראציע אלס די ענגשאפט וואס איז געווען אין אייראפע פון וועגן די שנעלע וואקסונג פון די דעמאגראפיע (ליינט דארט) און אויך אלס די שרעקלעכע רדיפות און פאגראמען וואס די גויים האבן גערודפט די אידן ווי ביי קעשענעוו פאגראם וואס האט פאסירט אין ה'תרס"ג ; 1903.

רוב פון די עמיגראנטער האבן צום סוף זיך צוריקגעקערט קיין אייראפע, און נאר א טייל פון זיי זענען געבליבן אין ארץ-ישראל.

אין יאר ה'תרס"ט ; 1909 איז געגרינדעט געווארן די ערשטע העברעישע שטאט וואס שפעטער האט מען איר גערופן "תל אביב", די שטאט האט מען געבויט וויבאלד אין יאפא איז געווען זייער ענג (בלויז 10 טויזנט מענטשן).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!