רוי:פעדעראלע רעזערוו

ווערסיע פון 21:40, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
פעדעראל רעזערוו געביידע אין וואשינגטאן

די פעדעראלע רעזערוו (ענגליש: Federal Reserve), אדער די פעד ווי מען רופט דאס בקיצור, איז די צענטראלע באנקירן סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

די פעדעראלע רעזערוו איז נומער איינס ווען עס קומט צו אמעריקע'ס עקאנאמיע. די פעד איז די באנק פון אלע בענק און די באנק פון די רעגירונג. די פעד רעגולירט אלע פינאנציעלע אינסטיטוציעס, קאנטראלירט דאס לאנד'ס געלט, און באאיינפלוסט די עקאנאמיע דורך טוישן די אינטערעסט ראטעס און א רייע אנדערע טאקטיקן וועלכע קען סטימולירן אדער אפשוואכן די עקאנאמיע און אזוי ארום האלטן אינפלאציע נידעריג, עמפלאוימענט ראטעס הויך, און א שטארקע פראדוקציע פון אמעריקאנער פירמעס.


פארוואס ברויך מען די פעדעראלע רעזערוו?

כדי צו פארשטיין פארוואס דאס לאנד דארף האבן די פעד דארף מען ערשט באטראכטן וואס איז געווען בעפאר די פעד איז געגרינדעט געווארן אין 913'. ביז אהין האט זיך ארומגעדרייט אין אמעריקע 30,000 סארט וואלוטע וועלכע איז געמאכט געווארן דורך סיי וועמען אנגעהויבן פון די רעגירונג און געענדיגט ביי דראג געשעפטן. די ערשטע פראבלעם איז געווען אז פארשידענע וואלוטע זענען געווען מער ווערט ווי אנדערע און טייל זענען געווען די ווערט פון גאלד און זילבער וועלכע איז אוועקגעלייגט געווארן דערפאר און טייל נישט. עס זענען געווען צייטן ווען די בענק האבן נישט געהאט גענוג קעש און מענטשן האבן נישט געקענט ארויסנעמען געלט.

די פראבלעמען האבן געפירט צו זייער ווילדע עקאנאמישע מצבים ווייל אויב א גרויסע באנק האט זיך געטראפן מיט א מאנגל אין קעש האט נישט אויסגעפעלט מער ווי דעם אז עטליכע מענטשן זאלן מאכן א טומעל און יעדער איז שנעל געלאפן ארויסנעמען זייער געלט און די באנק איז געגאנגן באנקראט מיטשלעפנדיג אנדערע בענק און די גאנצע עקאנאמיע. מענטשן האבן נישט געהאט קיין געטרוי אין די בענק און דערפאר איז די פעד געגרינדעט געווארן.

די פעד האט באקומען די פאראנטווארטליכקייט צו סטאביליזירן די געלטליכע סיסטעם אין די פאראייניגטע שטאטן אז געלט זאל זיין גענוג פליסיג און עס זאל קיינמאל נישט מאנגלן קיין קעש אין די בענק. כדי דאס זאל קענען צושטאנד קומען האט זיך אויסגעפעלט צו מאכן אן "עלעסטיק וואלוטע" וואס האט געמיינט אז די פעד זאל האלטן קאנטראל אינפלאציע אז פרייזן זאלן נישט ארויפשפרינגן פלוצלינג און זיכער מאכן צו יעדע צייט אז די געלט פארזארגונג איז נישט צופיל אדער צו ווייניג צו פארמיידן אינפלאציע און א רעסעסיע.


אינפלאציע און רעסעסיע

אינפלאציע איז איינע פון די וויכטיגסטע שליסלן צו אן עקאנאמיע. אויב אינפלאציע איז הויך מיינט דאס אז די וואלוטע איז ווערט ווייניגער און פרייזן פאר פראדוקטן און סערוויסעס גייען ארויף און מענטשן גיבן אויס ווייניגער געלט און האלטן זיך צוריק פון מאכן אינוועסטמענטס און בויען הייזער. פארשטייט זיך אז ביזנעסער ווערן אינאיינעם עפעקטירט ווייל אויך זיי דארפן צאלן מער פאר פארזארגונגערס ווען אין דער זעלבער צייט פאלן סעילס.

צו פארשטיין וואס מיינט א געלט פארזארגונג דארף מען דאס באטראכטן ווי יעדע אנדערע פראדוקט אויף די מארקעט וועלכע איז געוואנדן אויף פארזארגונג און פארלאנג. ווען די פארזארגונג איז גרויס און דער פארלאנג איז קליין איז אויטאמאטיש די פרייזן ביליג און ווען פארזארגונג איז קליין און דער פארלאנג איז גרויס זענען פרייזן טייער. דאס זעלבע איז מיט געלט. ווען עס איז פאראן צופיל געלט אין צירקולאציע פארלירט דאס די חשיבות און פרייזן גייען ארויף. דאס ברענגט אז געלט זאל נאכמער פארלירן איר ווערט און אינפלאציע ווערט נאר ערגער. מענטשן וועלן אין אזעלכע צייטן נישט וועלן מאכן קיין אינוועסטמענטס פונקט אזוי ווי מענטשן וואלטן נישט געוואלט מאכן קיין אינוועסטמענטס אין גאלד אויב עס וואלט געווען א גרויסע פארזארגונג.

א רעסעסיע פאסירט געווענליך ווען אינפלאציע ווערט צו הויך און מענטשן אינוועסטירן נישט וואס מיינט אז די בענק האבן נישט קיין ביזנעס געהעריג און געשעפטן קענען נישט פארקויפן ווי נארמאל. דאס ברענגט א קאטאסטראפע און ביזנעסער הייבן אן אויפזאגן ארבייטער און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער.

די ערשטע זאך וואס די פעד וועט טאן ווען אינפלאציע ווערט הויך אדער ווען א רעסעסיע פאסירט איז העכערן די קורצע טערמינען אינטערעסט ראטעס. דאס קוראזשירט מענטשן צו אינוועסטירן געלט און פארקלענערט אויטאמאטיש די געלט פארזארגונג וואס מאכט אז דאס געלט זאל באקומען א גרעסערע חשיבות און אינפלאציע הייבט אן פאלן.

דאס העכער'ן אינטערעסט ראטעס דארף געטאן ווערן צוביסלעך און מיט קאפ ווייל אויב עס גייט צו ווילד וועט עס עפעקטירן אינפלאציע אויפ'ן לאנגן טערמין און וועט שאטן די האוזינג מארקעט.


פאראנטווארטליכקייטן

די פעד רעגולירט די פינאנציעלע אינסטיטוציעס, דינט אלס די רעגירונג'ס באנק, דינט אלס די בענק'ס באנק, און איז פאראנטווארטליכט איבער דאס לאנד'ס געלט. די פעד פארמאגט צוויי אפטיילונגן וועלכע זענען די באורד אוו גאווערנערס וועלכע קאנטראלירן די געלטליכע פארזארגונג און 12 ראיאנען רעזערוו בענק צעשפרייט איבער'ן לאנד וועלכע דינען אלס סערוויס אפטיילונגן אויסצופירן די פאליסיס און האלטן אן אויג איבער אלע פינאנציעלע אינסטיטוציעס. יעדע אפטיילונג רעפרעזענטירט אויך די פריוואטע סעקטאר אין איר ראיאן.

אט זענען די הויפט אונטערנעמונגן פון די פעד:


געלטליכע פאליסי

ווי דערמאנט ווענדט זיך די גאנצע עקאנאמיע איבער די פארזארגונג פון געלט. ווען אינפלאציע איז נידעריג וועלן מענטשן בארגן מער געלט און בויען מער הייזער און קויפ'ן מער פראדוקטן. דאס איז זייער גוט פאר די עקאנאמיע ביז ווילאנג עס איז נישט פאראן צופיל געלט. דאס פאסירט ווען די אינטערעסט ראטעס זענען שוין נידעריג פאר א לאנגע צייט און צופיל געלט דרייט זיך צווישן מענטשן וואס מאכט דאס געלט ווייניגער ווערט. א צווייטע זאך וואס קען פאסירן איז אז מענטשן קויפן שוין צופיל און די פירמעס פארזארגונג ווערט קלענער קעגן דער פארלאנג און פרייזן הייבן אן ארויפגיין. דאס איז זייער פשוט צו פארשטיין ווייל מיט ווייניג פראדוקטן און צופיל געלט אויף די גאס מיינט א גרויסע פארלאנג פאר ווייניג פארזארגונג.

די פעד באטראכט פארשידענע עקאנאמישע אנווייזונגען וועלכע צייגן די עקאנאמישע מצב און באשליסן לויט דעם וויאזוי צו דרייען די געלטליכע פאליסי. ווען געלט ווערט צו טייער אדער צו ביליג וועט די פעד טוישן די אינטערעסט ראטעס און אומדירעקט שטופן דאס לאנד'ס עקאנאמיע צו אן אנדערע דירעקציע וואס קען אמאל גיין ביז א רעסעסיע אבער מיט א פלאן פאר דעם לאנגן טערמין.

אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז די ווערט פון דאס געלט וואס מיר האבן אין טאש און אין אונזערע באנק אקאונטס איז געוואנדן לויט וויאזוי די פעד באשליסט עס זאל זיין. אויב די פעד וויל א טויש אין די וואלוטע וועט זי זיך נישט רעכנען מיט קיינעם אויפ'ן קורצן טערמין און די עפעקט פון איר פאליסי וועט שנעל קומען, געווענליך אין א יאר, צוויי.


פינאנציעלע אינסטיטוציע רעגולאטור

די פעד אפטיילונגן איבער'ן לאנד באטראכטן די אקטיוויטעטן פון אלע בענק און שטעלן די רעגולאציעס וועלכע זיי דארפן אויספאלגן אויב זיי וויל טאן ביזנעס מיט'ן פובליק. יעדעס מאל א באנק קומט אויף מיט נייע געדאנקן וועט די פעד האלטן אן אויג וואספארא אימפאקט דאס וועט האבן אויף די באנק מארקעט. ווען צוויי בענק וועלן זיך פאראייניגן וועט די פעד דאס דארפן באשטעטיגן און וועט דערנאך מעסטן וואספארא אימפאקט דאס האט געמאכט פאר די לאקאלע געמיינדע.

די פעד דינט אויך אלס א באנק פאר אלע בענק. די אגענטור זיצט אין צענטער פון די באנק סערוויסעס און טראנזאקציעס און א דריטל טשעקס גייען דארט אדורך וועלכע ציילט צו 20 ביליאן טשעקס פער יאר. בענק מאכן ביזנעס אויך מיט קלירינג האויזעס אבער א דאנק וואס א גרויסע טייל טשעקס גייען דורך די פעד טוט דאס פארזיכערן די מארקעט מיט יושר'דיגע סערוויס און אפצאלן.


די רעגירונג'ס באנק

די גרעסטע באנק קאסטומער איז די רעגירונג וועלכע האט איר טשעקינג אקאונט ביי די פעד. אלע רעגירונג טראנזאקציעס גייט דורך די פעד וועלכע באטרעפט אין די ווערט פון טריליאנען דאלארן. אלע סעווינגס באנדס, טרעזשורי בילס, און נאטעס וואס ווערט פארקויפט דורך די רעגירונג באלאנגט צו די רעגירונג פעד אקאונטס.

די פעד איז אויך די איינציגסטע דיסטריביוטער פון די יו-עס מינט דעפארטמענט וועלכע פארשפרייט און קאלעקט אלע אמעריקאנער וואלוטע וועלכע צירקולירט אין לאנד און ארום די וועלט. אלע געלט וואס גייט אדורך די פעד ווערט באטראכט דורך די פעד אויב דאס איז אין א גוטן צושטאנד עס זאל קענען צוריק גיין אין צירקולאציע. אויב נישט וועט די פעד דאס פארניכטן און נייע געלט וועט פראדוצירט ווערן אנשטאט דעם דורך די טרעזשורי דעפארטמענט. די פעד האט א גרויסע רעזערוו אקאונט אין וועלכע זי האט גרייט קעש פאר אלע בענק אין צייטן ווען זיי נויטיגן זיך פאר מער קעש ווי ענדע וואך און בעפאר חגאות.


די פעד געצייג

קאנטראלירן די געלטליכע פאליסי און האלטן אינפלאציע אין די ראמען איז נישט קיין גרינגע ארבעט צו וועלכע עס פארלאנגט זיך פאסיגע געצייג צו קענען באאיינפלוסן די עקאנאמיע פון א לאנד און ספעציעל אזא גרויסע לאנד ווי אמעריקע. ווי געזאגט וועט די פעד נוצן צוויי טאקטיקן וועלכע זענען טוישן די אינטערעסט ראטעס און קאנטראלירן די געלטליכע פאליסי. די צוויי זאכן ווערן געטאן דורך רעזערוו פארלאנג, דיסקאונט ראטעס, און אפענע מארקעט אפעראציעס. לאמיר זיי באטראכטן אביסל נענטער:


רעזערוו פארלאנג

כדי צו פארמיידן א קעש קריזיס, ווי עס איז אפטמאל פארגעקומען בעפאר די פעד איז געגרינדעט געווארן, האט די פעד איינגעשטעלט א פאליסי אין וועלכע זי פארלאנגט פון אלע בענק צו האלטן א געוויסע פראצענט קעש אין רעזערוו אין פאל מענטשן ווילן ארויסנעמען זייער געלט. דער חשבון איז געוואנדן לויט וויפיל געלט די באנק פארמאגט אין אלע טשעקינג אקאונטס אינאיינעם און די באנק מוז האבן גרייט צווישן 3 און 10 פראצענט מער פון דעם צו יעדע צייט, געוואנדן לויט די רעגולאציעס פון די פעד.

מיט דעם קען די פעד האבן א גרינגע קאנטראל אויף די געלט פארזארגונג ווייל אויב די פעד וויל פארמינערן די געלט פארזארגונג וועט זי העכערן די רעזערוו פראצענט וואס די בענק מוזן האלטן און דאס וועט אפהאלטן די בענק פון בארגן געלט ווייל זיי מוזן דאך האלטן די באשטימטע פראצענט וואס מיינט בארגן ווייניגער געלט. דאס זעלבע איז פארקערט. אויב די פעד וויל געבן א גרעסערע געלט פארזארגונג וועט זי פארמינערן די רעזערוו פראצענט און די בענק וועלן זיך באלד נעמען בארגן וואס מיינט מער געלט אין צירקולאציע.

דער מיטל האט א באלדיגע עפעקט אויף די גאנצע עקאנאמיע און טאקע דערפאר וועט די פעד דאס נאר נוצן אין אן עמוירדזשענסי סיטואציע. נארמאל וועט די פעד דאס באלאנסירן מיט קויפן אדער פארקויפן סעקיוריטיס. ווען די פעד פארקויפט סעקיוריטיס וועלן די רעזערוו פון די בענק קלענער ווערן און די אינטערעסט ראטעס וועלן ארויפגיין און ווען די פעד וועט קויפן סעקיוריטיס וועלן די בענק האבן א גרעסערע רעזערוו און די אינטערעסט ראטעס וועלן אראפגיין.

ווען א באנק דערזעט זיך מיט א קלענערע פראצענט רעזערוו געלטער ווי זי ברויך האבן וועט זי באלד מוזן בארגן געלט פון א צווייטע באנק אדער פון די פעדעראלע רעזערוו. אויב זי וועט דאס נעמען פון א צוייטע באנק אדער אנדערע פינאנציעלע אינסטיטוציע וועט דאס געטאן ווערן אונטער פארמאכטע טירן וועלכע ווערט גערופן די פעדעראלע פאנד מארקעט. די אינטערעסט ראטעס פון די סארט ביזנעס איז געוואנדן לויט פארזארגונג און פארלאנג. אויב די באנק וועט בארגן דאס געלט פון די פעדעראלע רעזערוו וועט זי צאלן אן אינטערעסט ראטע וועלכע ווערט גערופן די דיסקאונט ראטע.

דיסקאונט ראטע

די ראטע האט א שטארקע עפעקט אויף די עקאנאמיע כאטש דאס ווערט ווייניג גענוצט ווייל לויט די אינטערעסט ראטעס וואס די פעד פארלאנגט קען מען פארשטיין וואס איר געלט פאליסי איז צו יעדע צייט. ווען די אינטערעסט ראטעס זענען הויך איז א סיגנאל אז די פעד זוכט צו מאכן שטייפער די געלט פאליסי און פארקערט ווען די אינטערעסט ראטעס זענען ביליג.

אלעס דרייט זיך ארום אינטערעסט ראטעס. ווען אינטערעסט ראטעס זענען ביליג בארגן מער מענטשן געלט און די געלט גייט אריין אין די עקאנאמיע וועלכע וואקסט פון פרישע אויסגאבן. ווען צופיל געלט ליגט אין צירקולאציע ווערט געשאפן דער אינפלאציע פראבלעם און די פעד מוז באלד לייגן די ברעיקס וועלכע זי וועט טאן דורך פארקויפן סעקיוריטיס וועלכע וועט רעדוצירן די רעזערוו און בענק וועלן בארגן ווייניגער וואס מיינט אז די גאנצע עקאנאמיע וועט אפגעשוואכט ווערן און מיט איר וועט אינפלאציע קומען אונטער קאנטראל.

אפענע מארקעט אפעראציעס

די אלע טראנזאקציעס ווערט געטאן אין די אפענע מארקעט אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן און זען וואס די פעד טוט און פארשטיין וואס איר ציל איז. אויב די פעד וויל רעדוצירן געלט פארזארגונג וועט זי פארקויפן סעקיוריטיס און אויב וויל זי פארמערן געלט פארזארגונג וועט זי קויפן סעקיוריטיס.

דאס ארבעט ווי פאלגענד: די פעד קויפט סעקיוריטיס פון בענק אדער פון סעקיוריטי האנדלער און באצאלט דערפאר דורך געבן א קרעדיט צו די באנק'ס רעזערוו אקאונט. די בענק וועלן באלד נוצן דאס געלט צו געבן הלוואות ווייל יעצט האבן זיי מער געלט וויפיל זיי מוזן האלטן אין רעזערוו. דאס ברענגט מער געלט אין צירקולאציע און נידערט די פרייזן פון די פעדעראלע פאנד ראטעס און די עקאנאמיע הייבט אן וואקסן.

אין א פארקערטע ביישפיל וועט די פעד פארקויפן די סעקיוריטיס צו די בענק און די בענק וועלן באצאלן דערפאר וואס מינט אז זיי וועלן מער נישט קענען ארויסבארגן אזויפיל געלט ווייל יעצט האבן זיי ווייניגער געלט און צו יעדע צייט מוז די רעזערוו פראצענט בלייבן די זעלבע.

די אלע אקטיוויטעטן ווערן באשלאסן אין די אפענע מארקעט קאמיטע וועלכע ווערט אפגעהאלטן 8 מאל פער יאר. אין יעדע פון די מיטינגן וועלן די פעד באורד מיטגלידער זיך טרעפן און באשליסן די פאליסי אויב זי זאל קויפן אדער פארקויפן סעקיוריטיס און די פובליק באקומט די רעזולטאטן ביז מינוטן. ביי יעדע אזא מיטינג איז אנוועזנד די 7 מיטגלידער פון די באורד אוו גאווערנערס און דער פרעזידענט פון די פעדעראלע רעזערוו אין ניו יארק און 4 אנדערע ראיאן מיטגלידער וועלכע טוישט זיך יעדעס מאל צווישן די 11 אפטיילונגן.

דער אויסשטעל פון די פעד

ווען די פעדעראלע רעזערוו איז געגרינדעט געווארן אין 913' אונטער די פעדעראלע רעזערוו אקט האט די רעגירונג געגעבן די אגענטור א ספעציעלע מאכט וועלכע קיין איין אנדערע רעגירונג אפטיילונג פארמאגט נישט, וועלכע איז זעלבסטשטענדיגקייט פון די רעגירונג. קאנגרעס האט די ענדגילטיגע בעלות אויף די פעד ווייל די פעדעראלע רעזערוו אקט קען געטוישט ווערן דורך זיי. אבער אויף דערווייל אפערירט די פעד גענצליך אליינס און דארף נישט אנפרעגן ביי די רעגירונג בעפאר זי נעמט שריט.

די פעד איז א דעצענטראליזירטע אגענטור וועלכע רעפרעזענטירט ביידע זייטן, די רעגירונג און דאס פאלק. די באורד מיטגלידער רעפרעזענטירן די אינטערעסן פון די רעגירונג און די פרעזידענטן פון די ראיאן אפטיילונגן רעפרעזענטירן די אינטערעסן פון דאס פאלק. כדי די אגענטור זאל קענען אפערירן גענצליך זעלבסטשטענדיג פון די רעגירונג איז דאס אזוי אויסגעשטעלט געווארן אז די פעד פינאנצירט אירע אייגענע אפעראציעס.

די פעד באשטייט פון א זיבן מיטגלידער באורד אוו גאווערנערס וועלכע ווערן אלע געשטעלט דורך דעם פרעזידענט פאר 14 יעריגע טערמינען. די לאנגע טערמינען זענען ספעציעל אזוי אויסגערעכנט אז עס זאל נישט קענען אויסקומען קיין פאל אז איין פרעזידענט זאל קענען שטעלן מער ווי עטליכע מיטגלידער און אזוי ארום וועט די באורד בלייבן פאליטיש באלאנסירט צו יעדע צייט. דער טשעירמאן ווערט אויך געשטעלט דורך דעם פרעזידענט אבער ער באקומט שוין יא נאר א 4 יעריגע טערמין און ווערט ווידער ערוועלט דורך א שטימע אינערהאלב די אגענטור. פארשטייט זיך אז אלע קאנדידאטן דארפן באשטעטיגט ווערן דורכ'ן סענאט נאך שווערע פארהערן צו פארזיכערן זייערע קוואליפיקאציעס.

די 12 רעזערוו אפטיילונגן איבער'ן לאנד פארמאגן יעדע איינע 9 דירעקטארס וועלכע זענען צעטיילט צו דריי גרופעס, יעדע מיט אנדערע פאראנטווארטליכקייטן. די דריי גרופעס ווערן גערופן קלאס עי, קלאס בי, און קלאס סי און זענען צעטיילט דריי, דריי, און דריי. קלאס עי. רעפרעזענטירט די קאמערציאלע בענק וועלכע זענען מיטגלידער פון די פעד סיסטעם און די אנדערע צוויי קלאסן רעפרעזענטירן די עקאנאמישע אינטערעסן פון די לאקאלע דיסטריקס וועלכע האט נישט צעטאן מיט באנקירונג, ווי ארגיקולטור, פאבריקאציע, לעיבאר, קאנסומערס, און נאן-פראפיט ארגאניזאציעס. די מיטגלידער בענק ערוועלן די קלאס עי. און קלאס בי. דירעקטארס און די באורד אוו גאווערנערס ערוועלן די קלאס סי דירעקטארס. אזוי ווערן סיי די רעגירונג און סיי די פריוואטע סעקטאר אייניג רעפרעזענטירט.

די מיטגלידער בענק זענען אלע רעגירונג געטשארטערטע בענק (רעגיסטרירט מיט די רעגירונג) וועלכע ווערן אויטאמאטיש מיטגלידער אויב זיי גרייכן אלע סטאנדארטן וועלכע די פעד פארלאנגט. יעדע פון די בענק דארף קויפן סטאק פון די פעד וועלכע מאכט זיי א טייל פון די פעד און גוט זיי רעכטן צו שטימען ביים אויסוויילן די לאקאלע דירעקטארס.

די גאנצע אויסשטעל פון די פעד איז אזוי געמאכט אז קיין איין גרופע זאל נישט האבן צופיל קאנטראל. יעדע געצייג אדער אפעראציע ווערט קאנטראלירט דורך א צווייטע קלאס כדי צו פארזיכערן אז פאליטיק זאל נישט האבן קיין פלאץ דארט.

עקאנאמישע אנווייזונגען

כדי צו קענען אנטוויקלן דאס לאנד'ס געלטליכע פאליסי דארף די פעד באטראכן פארשידענע עקאנאמישע אנווייזונגען וועלכע ווערן באטראכט ביי די אפענע מארקעט אפעראציע מיטינגן. דאס צייגט די פעד אין וועלכע וועג די עקאנאמיע גייט און לויט דעם דארף די פעד באשליסן וואספארא שריט צו נעמען. אויסער די הויפט אנווייזונגען וועלכע מיר וועלן באלד אויסרעכנען, קוקט די פעד אויף די אזויגערופענע "בייזש בוך" וועלכע איז א באריכט וועלכע באטראכט די קאמענטן פון ביזנעסער און אנדערע קאנטראקטן אינדרויסן פון די פעדעראלע רעזערוו. דער באריכט קען אויך האבן א שטארקע באאיינפלוס וויאזוי די פעד וועט באהאנדלן די געלטליכע פאליסי.

אויסער די מיטינגן וועט דער פעד טשיערמאן באטראכטן די עקאנאמיע יעדע האלבע שטונדע און ביי שווערע צייטן יעדע 15 מינוט. ער באטראכט פארשידענע דאטא וועלכע מעסטן די עקאנאמיע אין עטליכע קאטעגאריעס און קוקט אריין אין ביזנעס אקטיוויטעטן וועלכע ווערן געמאכט דורך די גרויסע ביזנעסער כדי צו באקומען דעם בילד וואס גייט פאר אין די ביזנעס וועלט. וור קויפט, ווער פארקויפט, וואס מען קויפט און פארקויפט, און וואספארא פרייזן מען צאלט דערפאר.

די הויפט עקאנאמישע אנווייזונגען מיט וועלכע די פעד מעסט די עקאנאמיע זענען:

קאנסומער פרייז אינדעקס

דאס איז די וויכטיגסטע עקאנאמישע אנווייזונג וועלכע ווערט צוגעשטעלט דורך די לעיבאר דעפארטמענט סטאטיסטיק אפטיילונג. אין דעם ווערט געמאסטן די פרייזן פון א רייע פראדוקטן און סערוויסעס אין אלע הויפט קאטעגאריעס אין די צייט אפשניט פון א מאנאט. מיט דעם קען די פעד גרינג מעסטן אינפלאציע ווייל דאס גיט אן אויבערפלעכליכע בילד פון די גאנצע מארקעט.


ברוטא אינלענדישער פראדוקט

דאס איז די סך הכל פון אלע פראדוקטן וועלכע איז פראדוצירט געווארן אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן. עס רעכנט אריין אלע קאטעגאריעס און אלע קוועלער און דורכדעם זעט מען מיט וויפיל די עקאנאמיע איז באמת געוואקסן אנדעם וואס אינפלאציע זאל דאס עפעקטירן. דער באריכט קומט ארויס ביי די ענדע פון די 4 קווארטאלן פון יאר.

האויזינג סטארטס

דאס איז א מאנטאליכע מעסטונג וויפיל הייזער מען האט אנגעהויבן בויען דורכאויס דעם מאנאט. האויזינג איז נישט אלעס אבער וויבאלד דאס איז זייער סענסיטיוו צו אינטערעסט ראטעס איז דאס זייער א וויכטיגע מעסטונג וועלכע די פעד דארף וויסן. עס צייגט קלאר וויאזוי די פינאנציעלע ענדערונגן עפעקטירן די קאנסומער און עס צייגט זייער שנעל ווייל א טויש אין די אינטערעסט ראטעס האט א שטארקע און שנעלע עפעקט אויף האויזינג.

נאנפארם פעיראל עמפלאוימענט

דאס מעסט די סך הכל נומער פון פעיראל (געהאלט) וואס ווערט אויסגעטיילט אין אלע אינדוסטריס אויסער די פארמינג אינדוסטרי. דאס ווערט אויך צוגעשטעלט דורך די לעיבאר דעפארטמענט און איז זייער א גוטע עקאנאמישער אנווייזער וועלכע צייגט די דורכשניטליכע סכום פון שטונדן וואס מען ארבעט און וויפיל מען פארדינט פער שטונדע. דאס צייגט קלאר אויב עס איז פאראן א טויש אין פארזארגונג און פארלאנג.

די פארמינג אינדוסטרי איז אויסגעשלאסן פון דעם באריכט ווייל דאס איז די איינציגסטע סארט ביזנעס וועלכע ווערט כמעט נישט עפעקטירט פון די עקאנאמישער מצב אין לאנד. וויאזוי אימער וועט פארמינג בלייבן דאס זעלבע ווייל מענטשן דארפן האבן וואס צו עסן און די פראדוקציע טוישט זיך אפילו נישט אין א רעסעסיע.

עס. ענד פי. סטאק אינדעקס

סטאקס ווערן געהאנדלט אין גרופעס פון וועלכע יעדע פון זיי ליגט אין א אינדעקס וועלכע גיט די דורכשניטליכע בילד וואס אלע סטאקס טוען אינאיינעם. עס זענען פאראן פארשידענע אזעלכע אינדעקסן אין יעדע אינדוסטרי. דאס בעסטע פון זיי איז די עס. ענד פי. (סטענדערט ענד פאר) וועלכע רעפרעזענטירט די פרייז און ווערט פון 500 גרויסע פירמעס אין אלע אינדוסטריס.

אויב די אינדעקס איז הויך איז טייטש אז די קאנסומער און ביזנעסער אינאיינעם זענען ביי דער מיינונג אז די עקאנאמיע וועט וואקסן און זענען גרייט צו אינוועסטירן וואס מיינט אז אינוועסטמענטס און אויסגאבן וועלן ווייטער שטייגן וועלכע איז זייער גוט פאר די עקאנאמיע. פארקערט איז א סימן אז מען האט פארלוירן די קאנפעדענץ אין די עקאנאמיע.

אינדוסטריאלע פראדוקציע און קעפעסיטי יוטיליזאציע

דאס מעסט די אינדוסטריאלע פראדוקציע ביי פראדוקט און ביי אינדוסטרי אינאיינעם. דאס ווערט באריכטעט יעדע מאנאט און גיט די ערשטע בליק אויף די גראוס דאמעסטיק פראדוקט וועלכעס באריכט קומט נאר ארויס איינמאל אין דריי מאנאטן. די קעפעסיטי יוטיליזאציע צייגט ווי גוט די נאציאנאלע אוצרות ווערן אויסגענוצט וועלכע איז אויך אן אנווייזונג פאר דעם צוקונפט.


ריטעיל סעילס

דאס צייגט די סך הכל פון אלע סחורה וואס איז פארקויפט געווארן דורך ריטעיל געשעפטן איבער'ן גאנצן לאנד. די נומערן ווערן געמאסטן אין געלטליכע סומעס און ווערט באלאנסירט לויט די סעזאן אבער נישט לויט אינפלאציע. דער באריכט ווערט געמאכט דורך די דעפארטמענט אוו קאמערץ יעדע מאנאט און די פעד נוצט דאס צו זען וויפיל געלט די קאנסומער האט אויסגעגעבן דורכאויס דעם געוועזענעם מאנאט.


ביזנעס סעילס און אינווענטארי

דאס איז א מעסטונג פון די סך הכל סעילס און אינווענטארי פון די פאבריקאציע, האלסעיל, און ריטעיל סעקטארן. דער באריכט איז א מאנאטליכע פון די דעפארטמענט אוו קאמערץ און איז א גוטע אנווייזונג אויב די פירמעס רוקן ארויס זייער סחורה אדער נישט. אויב עס איז פאראן צופיל אינווענטארי איז א סימן אז מען מאכט נישט גענוג סעילס און מיינט אז די פראדוקציע וועט פארלאנגזאמט ווערן דעם קומענדיגן מאנאט.

לייכטע אויטא סעילס

אויטא סעילס קענען האבן א גרויסע עפעקט אויף די דזשי.די.פי. ווייל עס איז די טייערסטע פראדוקט וואס ווערט פארקויפט אין אזעלכע קוואנטום. דער באריכט ווערט געמאכט דורך וואורד'ס אויטאמאטיוו רעפארטס און די אמעריקן אויטאמאביל מענופעקטשורערס אסאסיאציע, און ווערט איבערגעקוקט און באלאנסירט לויט'ן סעזאן דורך די דעפארטמענט אוו קאמערץ און ביורא אוו עקאנאמיק אפעירס.

יילד אויף די 10 יעריגע טרעזשורי באנד

עס זענען פאראן טרעזשוריס פון אלע סייזעס אנגעהויבן פון 30 טאג ביז 30 יאר אבער די 10 יעריגע נאטע ווערט דאס מערסטע באטראכט פשוט ווייל עס איז דאס מערסטע פאפולער אין נארמאלע אומשטענדן. דער סיבה פארוואס די פעד קוקט אויף אירע אינטערעסט ראטעס איז וויבאלד נארמאל וועלן מארטגעדזשעס נאכפאלגן די טרעזשוריס און די 10 יעריגע איז דער בעסטער ביישפיל.

עם-2

געלטליכע פארזארגונג ווערט צעטיילט צו דריי קאטעגאריעס וועלכע ווערן גערופן עם- 1, עם-2, און עם-3. די ערשטע איז די אקטעלע קעש פארזארגונג, אויסגאבן, טשעקינג אקאונטס, און וואלוטע. די צווייטע רעכנט אריין אלעס פון די ערשטע און לייגט צו אויך קליינע סעווינגס אקאונטס, דעפאזיטס ביי בענק, און מאני מארקעט מיוטשעל פאנדס. די דריטע לייגט צו אלע גרויסע און לאנגע טערמין אינוועסטמענטס וועלכע ווערט געהאלטן דורך די גרויסע קאאפעראציעס.

די פעד באטראכט די עם-2 סטאטיסטיקס וויבאלד דאס גיט איר אן אויבערפלעכליכן בילד איבער די פליסיקייט פון געלט אין לאנד. געלטליכע פארזארגונג און די פראדוקציע איז געווענליך צוויי אנדערע זאכן אבער וויבאלד עס קען אמאל זיין פארבינדן איינע מיט די אנדערע וועט די פעד האלטן אן אויג דערויף און דאס מעסטן איינע קעגן די אנדערע.

דער סך הכל

די אלע עקאנאמישע אנווייזונגען זענען צעטיילט צו דריי הויפט אנווייזונגען פאר דעם סך הכל בילד. די דריי קאטעגאריעס זענען לידינג, קאנסידענט, און לעגינג. לידינג מיינט פירנדיג. דאס זענען די אנווייזונגען וועלכע צייגן וויאזוי די עקאנאמיע וועט גיין אינען צוקונפט געבויט אויף די פאקטן און עפעקטן און היסטאריע. קאנסידענט אנווייזונגען צייגן די יעצטיגע סטאטוס און לעגינג אנווייזונגען צייגן ווילאנג די יעצטיגע מצב וועט אנהאלטן. די אנווייזונגען ווערן ערשט עפעקטירט מאנאטן און אמאל יארן נאכדעם וואס עס פאסירט א טויש.

די פעד באטראכט די עקאנאמיע גענוי ווי פינאנציעלע עקספערטן באטראכטן א ביזנעס. יעדע ביזנעס גייט אין א רעדל און וועט במשך א לאנגע צייט דעגרייכן אלע שטאפלן. אין די עקאנאמיע איז אויך פאראן אן אויסברייטערונג, אן ערהוילונג, א העכסטע שטאפל אדער נידעריגסטע שטאפל אין א געוויסע צייט אפשניט, א נאכלאזונג, אדער רעסעסיע. ווען די עקאנאמיע גייט אריבער פון איין שטאפל צום צווייטן וועלן די אנווייזונגען דאס צייגן די ערשטע.

פינאנצירונג

ווי דערמאנט אפערירט די פעד גענצליך אלס א זעלבסטשטענדיגע אגענטור און כדי דאס צו קענען עררייכן פינאנצירט זי זיך אליינס און ברויך נישט אנקומען צו קיין הילף פון די רעגירונג.

די הויפט פארדינסטן פון די פעד איז אינטערעסט וועלכע זי פארדינט פון בארגן געלטער פאר די בענק און אויסלענדישע וואלוטע עקסטשעינדזש. א צווייטע קוואל פון פארדינסטן קומט אריין פון אלגעמיינע באנק אפעראציעס וועלכע איז פאנד טראנספערס און קלירן טשעקס. די אלע זאכן קומען מיט א פרייז און זינט די פעד איז די באנק פאר אלע בענק פארדינט זי גוט דערפון.

למעשה פארדינט די פעד פיל מער געלט וויפיל זי ברויך האבן צו אפערירן און צאלן אירע איינגעשטעלטע. דאס איבריגע געלט גייט צו די טרעזשורי דעפארטמענט און ווערט גענוצט פאר אנדערע צוועקן. זינט די פעד איז געגרינדעט געווארן האט זי אין דורכשניטליך אפגעגעבן 95 פראצענט פון אירע פארדינסטן פאר די טרעזשורי דעפארטמענט יעדעס יאר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!