רוי:נארמאל

ווערסיע פון 20:05, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

דער טערמין נארמאל איז געווענליך צו באטיטולן יעדעס פיראכץ, געשעניש, זאך. א.א.וו. וואס פעלט אן אפנויג פון איר דורכשניטליכער מיטל-מעסיגקייט.

נישט נארמאל איז אפט באנוצט אין א נעגאטיווער זין (ווי אנצודייטן אז א מענטשס פיראכץ אדער סיי וואסערע סיטואציע איז אומריכטיג אדער קראנק א.ד.ג.)

דער אקספארד ווערטערבוך טייטשט דאס: צושטעלן זיך צו א סטאנדארט. אבער אין ברייטערן אפטייטש פון דעם מידה איז דאס נישט דוקא צום עצם סטראקטור פון סטאנדארט נאר אפילו בלויז צום אידיאלאגיע דערפון און נישט צום עצם סטאנדארט.[מקור פארלאנגט]

די טעמים און סיבות קענען זיין פארשידענארטיק פארוואס א מענטש איז נארמאל: סיי נעגעטיווע ווי פחד אדער בושה א.א.וו. אדער פאזיטיווע ווי הייליגקייט אדער ליבע און שעצונג צום סטאנדארט.

אויב איינער וואונט אין א ציוויליזאציע מיט א אן אייגענארטיגער קאלטור וואס פירט זיך איין וועג און דער יחיד פירט זיך פארקערט איז ער נישט נארמאל רעלאטיוו צווישן זיין געזעלשאפט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!