רוי:מלבי"ם

ווערסיע פון 19:41, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
Malbim.jpg

רבי מאיר לייבוש בן יחיאל מיכל ווייזער (י"ט אדר ה'תקס"ט - א' תשרי ה'תר"ם) (דער מלבי"ם) אויך באוואוּסט אלס קעמפנער מגיד. איז געווען א מפרש פון תנ"ך און איינע פון די פוסקים אחרונים.

לעבנסגעשיכטע

רבי מאיר לייבוש איז געבוירן אין דער שטאט וואלאטשיסק אין וואהלין. ווען ער איז געווען אלט זעקס איז ער געווארן פאר'יתומט פון זיין פאטער.[1] און שוין פון יונגערהייט באוואוּסט אלס דער וואהלינער עילוי. אום ה'תקפ"ג האט ער חתונה געהאט צום ערשטן מאל אבער זיין ווייב איז נפטר געווארן נאך א קורצער צייט און מאיר לייבוש האט זיך געצויען קיין ווארשע וואו ער האט אנגעהויבן לערנען דעם חכמת הנסתר.

אין יאר ה'תקצ"ט איז ער געווארן רב אין וורעשן, פאזן. נאך זיבן יאר אין ה'תר"ו איז ער געווארן רב פון קעמפן, פרויסן (היינט קעמפנא אין מערב פוילן). אין ה'תרי"ח איז ער געווארן דער הויפט רב אין בוקארעשט (רומעניע). דארטן אין רומעניע האט ער געפירט א שטארקן קאמף קעגן דעם רעפארם. צוליב דעם קאמף האט ער געדארפט פארלאזן רומעניע אין ה'תרכ"ד, דערנאך איז ער געווען רב אין עטליכע רוסישע קהילות. פון יאר ה'תרל"ה איז ער געווען רב פון קעניגזבערג, ביז זין פטירה א' תשרי ה'תר"ם.

איינער פון זיינע אייניקלעך (א זון פון זיין טאכטער פריידא) איז געווען מיכאל היילפרין, פון די ערשטע וואס האבן זיך געצויגן אין ארץ ישראל.

זיין שיטה אין פירוש התנ"ך

מוסטער:טייל קורץ


זיינע ספרים

  • ארצות החיים - חידושים אויף שו"ע אורח חיים
  • ארץ חמדה - דרשות על התורה
  • ארצות השלום - פארשידענע דרשות
  • התורה והמצוה - פירוש על התורה
  • מקראי קדש - פירוש אויף תנ"ך
  • הכרמל - ספר אויף דער שפראך לשון הקודש
  • יאיר אור - דערקלערונג פון סינאנימען [1]
  • משל ומליצה

רעפערענצן

  1. בית יוסף להבה, גליון פא, "רבי מאיר לייביש מלבי"ם"

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!