רוי:כאלערע

ווערסיע פון 18:40, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

כאלערע אדער כאלעריע איז אן אינפעקטיווע קראנקייט פון דער קליינער קישקע אנגעטון דורך דער Vibrio cholerae באקטעריע. די סימפטאמען זענען א שטענדיקע וואסעריקע שילשול און ברעכן. מען כאפט די קראנקייט פון וואסער אדער עסן וואס איז געווארן קאנטאמינירט דורך דער צואה פון אן אינפעקטירטן מענטש, אפילו איינער וואס האט נישט קיין סימפטאמען.

פון די שטארקע שילשול און ברעכן קען מען ווערן דעהידרירט, און אין טייל פאלן שטארבט מען דערפון.

די רפואה איז צו געבן פאר דעם קראנקן צו טרינקען אסאך וואסער מיט זאלץ. ווען דער חולה קען נישט טרינקען דארף מען געבן וואסער דורך טראנספוזיע.

כאלערע קען זיך צושפרייטן אין א באפעלקערונג ביז זי ווערט אן עפידעמיע.

פארמיידן כאלערע

כדי נישט צו כאפן כאלערע איז כדאי:

  • צו קאכן וואסער פארן טרינקען;
  • האלטן גוט ריינקייט, וואשן די הענט נאכן בית הכסא און פארן עסן;
  • נישט עסן רויע פיש.
  • נישט באוואסערן גרינסן אין אפגאנג וואסער.

באוואוסטע כאלערע עפידעמיעס

  • 1816 - 1826 אין בענגאל און אינדיע
  • 1852 - 1860 אין רוסלאנד
  • 1899 - 1923 אין רוסלאנד
  • 1910 - 1911 אין נאפלעס
  • 1961 - 1966 אין אינדאנעסיא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!