רוי:טאזש מאהאל

ווערסיע פון 16:32, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")


דער טאַזש מאַהאַל איז א מאווזאליי געבויט אינעם 17טן יארהונדערט דורכן מאגול הערשער שאה דזשאהאן אלס אנדענק פאר זיין ווייב, מומטאז מאהאל.

די געביידע געפינט זיך אויפן דרום ברעג פונעם טייך יאמונע אין דער שטאט אגרא, אוטאר פראדעש, אינדיע. א סאך מענטשן האלטן זי פאר איינער פון די שענסטע געביידעס אין דער וועלט, און זי איז פון אינדיעס גרעסטע טוריסטן אטראקציעס.

די געביידע איז באפוצט מיט שיינער קאליגראפיע געשריבן דורכן פערסישן ארכיטעקט און קאליגראף, אמאנאט כאן שיראזי. די לעגענדע דערציילט אז ווען ער האט געענדיגט בויען דעם טאזש מאהאל האט דער קייסער אפגעהאקט זיינע הענט, כדי ער זאל נישט קענען בויען נאך אזא שיינע געביידע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!