רוי:קאליגראפיע

From המכלול
Jump to navigation Jump to search

קאַליגראַפיע (פון אוראַלט גריכיש: κάλλος קאַלאס "שיינקייט" און γραφή גראַפע "שרייבן") איז א וויזועלער קונסט וואס האט שייכות מיט שרייבן. זי איז דאס פלאנעווען און דורכפירן פון שאפן אותיות מיט אן אינסטרומענט מיט א ברייטן שפיץ אדער א פענדזל מיט איין שטראך (אנדערש ווי מאלן אותיות מיט עטליכע שטראכן).

היינט ניצט מען קאליגראפיע אין איינלאדונג קארטעס, למשל פאר חתונות, און אויך פארשידענע דאקומענטן.

אין כינע איז קאליגראפיע געווען א "הויכער קונסט" נאך פאר די צייטן פון דער טאנג דינאסטיע.

קאליגראפיע אין אידישקייט

  • דאס סת"ם שריפט וואס די סופרים ניצן צו שרייבן ספרי תורות, תפילין און מזוזות איז א סארט קאליגראפיע.
  • עס זענען פאראן א סך שיינע הגדות מיט די ווערטער געשריבן אין קאליגראפיע. שטארק באקאנט איז די סארייע הגדה.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!