רוי:טערעזיענשטאט

ווערסיע פון 16:31, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")

טערעזיענשטאט איז א לאגער די נאציס האבן אויפגעשטעלט אין שטעטל טערעזיענשטטאט, טשעכיי, איינע פון די פילע קאנצענטראציע און טויטס לאגערן דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג, די ציל מיט'ן אויפשטעלן איז אבער געווען אנדערש ווי געוויינטליך, דהיינו צו ווייזן פארן רויטע קרייץ, און פאר די וועלט, ווי גוט די נאציס גיבן זיך אפ מיט די יידן.

דאס לאגער איז געווען אין אן אלטע פעסטונג, פאר דער מלחמה איז דארט געווען א מיליטערישע באזע פון דער טשעכישער ארמיי.

ווען די נאציס האבן איינגענומען טשעכאסלאוואקיע, האבן זיי דארט אויפגעשטעלט די לאגער, און אהינגעשיקט אסאך דייטשע און טשעכישע אידן, און פארארדענט פון זיי עס אויפצושטעלן ווי א יידישע שטאט פון בלויז אידן, די שטאט האט געהאט אלעס וואס יעדע שטאטישע אדמיניסטראציע האט, ווי טראנספארטאציע, קאמוניקאציע, פאסט, און בילדונג, געזונט, אא"וו, דער זיכערהייט אין דער געטא, איז געווען די ארדענונגסדינסט, אדער די יידישע פאליציי, און פונדרויסן עס-עס וועכטער, די געטא איז געווען ארומגענומען מיט א צוים, און איינער וואס האט זיך דערוואגט זיך אדורך שווערצן איז גלייך דערשאסן געווארן.

אין ענדע נאוועמבער 1941 זענען די ערשטע אידן אנגעקומען, עס איז געווען זייער באוואוסט אויף פאמיליעס מיט קינדער, אין דער געטא האבן געלערנט פופצן טויזנט קינדער אין די שולעס, לויט א באריכט וואס מען האט געפונען אין א פראטאקאל באהאלטן אין דער געטא.

דער יודנעלטעסטער, האט געהייסן יעקב עדלשטיין א טשעכישע ציוניסטישע עסקן, וואס האט אסאך געטאן ארויסצוהעלפן די מענטשן, אין די שווערע הונגער וואס האט דארט געהערשט, ער האט זיך נישט דערשראקן פון זיך אויסטענהן מיט אדאלף אייכמאן, און מיט אנדערע נאצישע פירער, ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ מיט א סאך אנדערע אידן פון טערעזיענשטאט.

144,000 אידן זענען געווען אין טערעזיענשטאט, פון דעם זענען געבליבן 19,000, ווען דער קריג איז פאריבער, איבער דרייסיג טויזנט זענען געשטארבן פאר הונגער, און די איבריגע האט מען פארשיקט צו די פארניכטיגונגס לאגערן, אדער צו שטעט אין פוילן ווי זיי זענען דארט אומגעבראכט געווארן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!