רוי:חופה

ווערסיע פון 16:18, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")

חופה,איז א ווי א קליינע געצעלט, א סחורה (צומאל א טלית) אויף פיר שטאנגען, וואו אונטער דעם פירן אידן דורך דעם חופה צערעמאניע, ווען זיי האבן חתונה. די חופה טוט סימבאליזירן דאס הויז וואו דאס פארפאלק גייט וואוינער.

אזוי אויך ווערט א חופה גענוצט ביי א הכנסת ספר תורה.

מנהגים

ביי חסידים פירט מען זיך אז די חופה צערעמאניע קומט פאר נאר אונטער'ן הימל; אבער אנדערע זענען נישט מקפיד דערויף, און פראווען יא זייערע חופות אין א געביידע.

 
א חופה צערעמאניע

שבועות, פירן זיך אסאך צו בויען א חופה העכער דעם באלעמער, צי דעם רבינ'ס פלאץ אין שול, און באצירן דאס מיט בלומען.

עס איז פארהאן א סגולה אז אין צייט פון א מגיפה שטעלט מען א חופה אויף א בית החיים, כדי די מגיפה זאל זיך אפטון.