רוי:זכריה חנא בערגנער

ווערסיע פון 16:18, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")

זכריה חנא בערגנער, אדער ווי באוויסט מיטן פסעוודאנים מיילעך ראוויטש איז געווען א דיכטער אין יידיש.

געבוירן אין יאר 1893, אין רעדים אין גאליציע, פוילן. פון יונגווייז אן איז ער שוין געווען א דיכטער. אין 1912 איז ער מאביליזירט געווארן אין מיליטער, פון עסטרייך אונגארישע אימפעריע, און געדינט אלס זעלנער ביי די ערשטע וועלט מלחמה.

נאכן מלחמה איז ער געווען א שטיק צייט א וואנדערער, אין 1921 האט ער זיך באזעצט אין ווארשע, ווי ער האט זיך גענומען שרייבן יידיש ליטעראטור.

אין 1935, האט ער עמיגרירט קיין אויסטראליע. אין 1933, איז ער שוין געווען אין אויסטראליע, צו באטראכטן דעם קימבערלי פלאן, וואס די טעריטאריעליסטן האבן פארגעשלאגן, ווי יידן וועלכע ליידן פון די אנטיסעמיטיזם אין אייראפע, ספעציעל נאכדעם וואס אדאלף היטלער איז געקומען צו די מאכט אין דייטשלאנד. זאלן קענען אויפשטעלן א יידישע אטאנאמיע, אין מערב אויסטראליע. ער איז געקומען צום איבערצייגונג, אז עס איז מעגליך עס דורכצופירן. פונעם פלאן איז גארנישט געווארן שפעטער, נאכן אויסבראך פון צווייטע וועלט מלחמה.

ער איז ארומגעפארן א וועלט. אין 1941, האט ער זיך באזעצט אין קאנאדע וואו ער האט געוואוינט ביז זיין טויט אין 1976.

ער האט געשריבן אסאך לידער, עסייען, און יידישע פילאזאפיע. זיינע ביכער זענען געדרוקט געווארן אין מערערע פלעצער.

מיילעך ראוויטש (צווייטער פון רעכטס) מיט ישראל יהושע זינגער, פרץ מארקיש, אורי צבי גרינבערג, פרץ הירשביין און מענדל עלקין 1922

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!