רוי:היסטאריע פון מדינת ישראל

ווערסיע פון 15:34, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

די גרינדונג פון מדינת ישראל האט זיך אנגעפאנגען מיט יארן פריער, די עליות, ווי טויזנטער אידן פון אייראפע, בעיקר רוסלאנד, פוילן, רומעניע, זענען ארויף קיין ארץ ישראל.

עס האט זיך אנגעפאנגען 1881, ווען עטליכע טויזנט אידן זענען ארויף, זיי האבן געטראפן א לאנד, וואס די ערד איז פון שטיין, אדער זאמד, 60 פראצענט מדבר, צוויי גרופעס זענען געקומען, אידן פון רומעניע, און אידן פון תימן. ס'איז אבער שוין געווען אסאך אידן אין ארץ ישראל פונעם אלטן יישוב.

אין די קומענדיגע עליות, וואס איז די צווייטע, דריטע, זענען מערסטנס עולים געווען ציונים, וואס זענען געקומען קאלטיווירן דאס לאנד, אבער ווען תל אביב, איז געגרינדעט געווארן 1909, און חיפה איז געווארן יידישלעך, האבן זיך אסאך אידן באזעצט אין די שטעט, תל אביב איז דעמאלסט געווען די שנעלסט וואקסענדע שטאט אין די וועלט, און ביי די ענדע 1930 יארן איז די באפעלקערונג געוואקסן מיט איבער הונדערט פראצענט פון צוואנציג יאר בעפאר,

אין חיפה איז געווען די אינדוסטריע גאר שטארק, וויבאלד דער גרעסטער פארט איז דארט געווען, די שליסל צום באן פארקער פונעם מיטל מזרח איז געווען חיפה, ווי אויך נעפט רייניגונגס אינדוסטרי, פון ענגלאנ איז געווען אין חיפה, ביי 1941, איז די באפעלקערונג אין חיפה געווען 70,000, יעדער דריטער מענטש איז געווען אן אראבער, ווי אויך דער טעכניאן אוניווערסיטעט איז געווארן אויפגעשטעלט אין חיפה.

ירושלים האבן געוואוינט א מאיאריטעט אידן זינט יאר 1800 ווען מען האט געציילט, פונדעסט וועגן, איז די בירגער מייסטער שטענדיג געווען אן אראבער, אדער פון די על כוסייני פאמיליע, אדער די נאשאשיבי פאמיליע, ביי 1948, האבן געוואוינט אין ירושלים 100,000 אידן, און בערך 30,000 אראבער.

איידער די זעלבסטשטענדיגקייט מלחמה, האט אויסגעבראכן, האבן געוואוינט אין ארץ ישראל, 650,000 אידן, רוב פון זיי זענען ארויף, אין די 1930ער יארן, ביז 1948.

ביים טאג פונעם גרינדונג האבן געוואוינט אין ישראל טעריטאריע, 80 פראצענט אידן, און די איבריגע אראבער, און אנדערע פעלקער,

די יארן נאך דער גרינדונג

צווישן די יארן 1948 ביז 1956, האט די ישראל באפעלקערונג זיך געדאפלט, נייע עולים זענען געקומען אין לאנד אריין, עס האט אריינגעשלעפט די לאנד אין א שווערע רעסעסיע, זייענדיק אין א מאנגל פון נויטבאדערפטיקע באשטאנדטיילן, האט מען איינגעפירט אינעם לאנד, וואס ווערט גערופן "תקופת הצנע", וואס מיינט מענטשן האבן געקריגן אלס פון די רעגירונג, קינדער האבן באקומען מער פאר קאלאריעס, ספעציעל מילכיגע פראדוקטן און פלייש.

רוב פון די עולים האט מען אריינגעזעצט, אין הייזער פון די אראבער, וואס זיי האבן איבערגעלאזט ביים אנטלויפן, אדער אין דורכגאנגס לאגערן, "מעברות", ווי מענטשן האבן געוואוינט אין געצעלטן, בלעכענע הייזער, אונטער שמאטעס, אן קיין מעגליכקייט צו ארויס גיין אויפן גאס פארדינען געלט, ישראל איז דעמאלט געשלאגן געווארן צווישן רייכע אינטעליגענציע, און ארעמע וואס האבן געהאט מערערע קינדער, האבן קוים געקענט פארדינען צו געבן ברויט צו עסן פאר קינדער, די אונטערשידט צווישן ארעמע און רייכע האט געהאלטן אין איין שטייגן.

אין 1953, האט בן גוריון, אונטערגעשריבן אן אפמאך מיט מערב דייטשלאנד,. וואס מערב דייטשלאנד נעמט זיך אונטער, צו באצאלן אנטשעדיגונג פאר די מלחמה איבערלעבער, אין געלט. און פאר ישראל האט זי צוגעזאגט מאשינעריע, און אנדערע מאדערניזיטע ארטיקלען, אין וואס ישראל האט זיך זייער גענויטיקט, עס האט אויסגערופן א שטורעם אין לאנד, און מאסן דעמאנסטראציעס האבן אויסגעבראכן. מנחם בעגין הויפט פון די אפאזיציע, האט געשריגן אז מען וועט עס נישט פארשווייגן, די חורבן וואס די נאציס האבן אנגעברענגט קען מען נישט באצאלן מיט קיין געלט. בן גוריון האט מיט דעם געלט געוואלט צוריק שטעלן די ישראל עקאנאמיע אויף די פיס, וואס איז אים געלונגען.

אין 1955, האט דער ארכעאלאג, גענעראל יגאל ידין, געקויפט די ים המלח מגילות פאר מדינת ישראל. זיי ליגן היינט אינעם היכל הספר אין ירושלים.

לבון פרשה

א פרשה וואס האט אויסגערופן א שטורעם אין ישראל, און ביז היינט ווערט עס באטראכט ווי די פרשה, מיט די ה"א הידיעה, ישראל האט געשיקט שפיאנען אין עגיפטן, אויסצופירן אטאקעס קעגן ענגלאנד, כדי זיי זאלן זיך נישט ארויסציען פון עגיפטן, די עגיפטישע פאליציי האט געכאפט די יונגען, מען האט זיי געפייניגט, איינער האט זיך גענומען דאס לעבן. פנחס לבון, פארטיידיגונגס מיניסטער האט לכאורה געמוזט געבן דעם באפעל עס דורכצופירן, ער האט קאטעגאריש געלייקענט, משה שרת האט געמוזט רעזיגנירן, און בן גוריון נאכן זיין ווייניגער פון צוויי יאר אויף אפרו איז צוריק.

דער מיליטער אין ישראל האט זיך זייער געשטארקט אין די אנהייב 1950ע יארן, עס איז אויפגעשטעלט געווארן דער 101 קאמאנדא איינהייט, אונטער אריק שרון, וואס איר אויפגאבע איז געווען, זיך שלאגן מיט טעראריסטן, ישראל האט אנגעקניפט פארבינדונגען מיט פראנקרייך, פון וועם זי האט באקומען וואפן, טאנקן, קריגס עראפלאנען, צה"ל איז געווארן פארגעשריטן, און ישראל האט זיך גענומען מאכן פארשריט, אין מערערע געביטן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!