רוי:שרייבער
א שרייבער איז דער וואס שרייבט שרייבונגען.
עס זענען דא פארשידענע שרייבערס:
- א שריפטשטעלער איז דער וואס שרייבט ליטעראטור פאר זשורנאלן אדער ביכער.
- רעפארטער אדער זשורנאליסט איז דער וואס שרייבט אין צייטונגען.
- דיכטער איז דער וואס שרייבט דיכטונגען (פיוטים).
- דראמאטורג איז דער וואס שרייבט פארשטעלונגען צום טעאטער.
- ליריקער איז דער וואס שרייבט טעקסט פאר א קאמפאזיטאר כדי צו מאכן פאר די טעקסט מעלאדיע.
- סצענאר שרייבער איז דער וואס שרייבט סצענעס פאר פילמס אדער פאר טעלעוויזיע פראגראמען.
- איבערזעצער איז דער וואס זעצט איבער פון איין שפראך צו אן אנדערעס, דאס קען זיין ביכער, ארטיקלען, דיכטונגען, ליעדער א.א.וו.
- פראזאיקער איז דער וואס שרייבט פראזע.
זעט אויך
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: שרייבער |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!