רוי:זעגלשיף

ווערסיע פון 02:05, 9 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 48 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q170483 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א זעגלשיף איז א גרויסער שיף וואס פארט דורכן קראפט פונעם ווינט. אמאליגע צייטן פלעג מען רופן א שיף נאר אזא זעגלשיף מיט אינווינציקסטן דריי מאסטביימער, קוואדראט אויסגעשטאטן. היינטיגע צייטן רופט מען א שיף סיי א זעגלשיף סיי א דאמפשיף.

געשיכטע

ווערנד טויזנטע יארן איז דער זעגלשיף געווען דער עיקר מיטל פון טראנספארט אריבער א גרויסן קערפער פון וואסער, למשל טייכן, אזערעס און ימען. זיי פלעגן טראגן פֿראכט (סחורה), פאסאזשירן, פאסט, זאפאסן א.ד.ג. ביז צו די היינטיגע טעג ניצט מען זעגלשיפן אין געוויסע ערטער, ווי למשל דער אינדישער אקעאן, אלס קאמערציעלער טראנספארט. אין די אנטוויקלדיקע לענדער כאפט מען פיש נאכאלץ מיט זעגלשיפעלעך. אחוץ דעם אסאך פארן אין הויכע זעגלשיפן אלס פארוויילונג.

 
געמעל פון א שיף

אויף מיליטערישער צוועקן האבן לענדער געפירט א פֿלאט פון זעגלשיפן. די לענדער מיט גרויסע אימפעריעס האבן געניצט זעגלשיפן צו האלטן קאמוניקאציע צווישן מיט די ווייטערדיקע מדינות פון דער אימפעריע. בריטאניע, פראנקרייך, שפאניע און די נידערלאנדן האבן געפירט שטארקע פלאטקריגן בכדי צו הערשן איבער די ימען.

אין דער צווייטער העלפט פונעם 19טן יארהונדערט האט דער דאמפשיף, וואס קען פארן אסאך גיכער, פארביטן דעם זעגלשיף, ווי אויך דער דאמפשיף איז נישט אפהענגיג אין א גוטן ווינט. היינט האט עס געטוישט ווידער און רוב קאמעציעלע שיפן האבן דיזלמאטארן.