רוי:זלמן אשכנזי

ווערסיע פון 19:02, 12 יאנואר 2022 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

ר' זלמן אשכנזי (ד' אדר תש"ז - ב' אדר תשע"א) האט אויפגעשטעלט און געפירט די צדקה קאסע "משמחי לב".

ביאגראפיע

ר' זלמן איז געבוירן ד' אדר שנת תש"ז אין ירושלים צו זיין טאטע ר' אלימלך אשכנזי גאב"ד מעלבארן, וואס איז געווען א זון פון ר' אלכסנדר חיים אשכנזי פון ירושלים בן ר' יצחק אדמו"ר פון אלעסק סטאניסלאוו. מען האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין זיידע דער פאטער פון זיין מאמע, ר' יקותיאל זלמן יו"ט ליפא וועבער, און אויך האט מען צו געלייגט דעם נאמען יואל נאך זיין פעטער ר' יואל אשכנזי הי"ד, טרעסיפֿער רב, בעל מחבר ספר שו"ת שאירת יואל.

ר' זלמן אלס קינד האט געוואוינט אין ירושלים. שפעטער נאך די בר-מצוה איז ער געפארן קיין סאן פאולא בראזיל לערנען אין ישיבה וואו זיין טאטע ר' אלימלך אשכנזי איז געוועזן רב, וואו ער האט געלערנט דריי יאר.

דערנאך איז ער געפארן לערנען קיין אמעריקא צו זיין קרוב דער סאטמארער רבי בעל דברי יואל אין ישיבה "תורה ויראה" מסאטמאר ווי פון דעמאלס אהן איז ער געווארן מקושר בלב ונפש צו דעם הייליגן רבין כל ימי חייו. עס איז ממש נישט געווען א טאג וואס ער זאל נישט רעדן פון זיין הייליגן רבין ווי ער האט מקבל געווען אסאך מידות טובות פון רבין, ווי זיין אהבת ישראל וואס איז געווען אויף אן אופן שלא יאמן כי יספור און זיין קנאות וואס די צוויי מידות זענען געווען מחובר איינס צום צווייטען אויף אן אופן אז עס איז בכלל נישט געוען קיין סתירה אין דעם. און כמים פנים אל פנים האט אים דער רבי געוויזען א זעלטענע אהבה ווי אויך פלעגט ער עסן ביים רבין די שבת באטאג סעודה יענע יאהרן ווי ר' יוסף אשכנזי פלעגט אריין רופן מזומן צום בענטשן ביים רבין אין שטוב.

שפעטער איז ר' זלמן א חתן געווארן צו ר' יעקב מאסקאוויטש, א זון פון הרה"ק ר' שלום שאצער פון לאנדאן ווי ער האט אויף געשטעלט שיינע דורות ה' יאריך ימיהם.

נאך דער חתונה איז ער געווען אפאר יאר אין מאנסי וואו ער האט עוסק געווען בתורה ועבודה ביז שנת תשל"ב איז ער געפארן וואוינען קיין ירושלים אויפן בקשה פון זיין טאטע כדאי צו זיין נעבן זיין זיידע ר' אלכסנד חיים ווי דארט האט ר' זלמן עוסק געווען אין תורה ועבודה אין די סאטמארע כולל תחת חסוסו פון כ"ק הגה"ק ר' משה ארי' פריינד זצ"ל ווי ר' זלמן האט מיטגעהאלטן אלע מערכות ישראל קעגען די כופרים ורשעים ווי ער האט גוט געקענט די זאת תורת הקנאות ווי ער פלעגט גיין כסדר צו אלע הפגנות וואס ר' עמרם בלויא זצ"ל האט געפירט.

דארט אין ירושלים האט ער אנגעהויבן מיט זיינע גרויסע מעשים פון צדקה וחסד, ווי ער האט אנגעהויבן צוזאם קלויבן געלטער פאר עניי ירושלים וואס פון דעם איז שפעטער ארויס געוואקסן די גרויסע צדקה וחסד ריז משמחי לב ווי עס ווערט פארטיילט מיליאנען איבער די יאהר פאר רבבות אידן סיי בארצינו הקדושה און סיי בחוץ לארץ זענען נהנה פון דעם א גאנץ יאהר און בפרט בעת שמחתם און פאר די יומים טובים.

ר' זלמן איז געווען א סימבאל פון חסד אויף אן אופן פון אשרי משכיל אל דל ווי ער פלעגט לויפן נאך געלט יומם ולילה קיץ וחורף מיט אן אופן פון מסירת נפש שאין כדגמתו ווי אידן פארציילן טויזענטער מעשיות ווי ער האט זיי געהאלפן בסתר כבגלוי מיט טויזנטער דאלער ווי ר' זלמן האט די אלע ענינים געטוהן אזוי בסתר.

בשנת תשע"א איז ר' זלמן קראנק געווארן אויף די ביטערע מעשה רח"ל ווי ער איז אדורך אסאך יסורים ל"ע וואס ביז די לעצטע כוחות דריי וואכן פאר ער איז נסתלק געווארן איז ער נאך געלאפן צו אידן נאך געלט ביז עס איז געווען חשכו המאורת ווי ער איז נסתלק געוואר יום ב' אדר תשע"א.

די צדקה וחסד ארגאניזאציע משמחי לב איז זיך נאך מער צו וואקסן די לעצטע צייטן נאך זיין פטירה ווי עס ווערט געפירט דורך זיין זון הרב החסיד ר' סענדער אשכנזי פון בארא פארק ואתו עמו זיין קרוב הגה"צ ר' בערל אשכנזי שליט"א אב"ד מאגלניצא בנו בכורו פון הגה"צ אב"ד אלעסק שליט"א ברודער פון להבח"ל פון ר' זלמן ז"ל וואס האלטן עס אהן מיט מסירות נפש ממש ווי די מאגלניצא רב לויפט ארום יומים ולילה קיץ וחורף כדאי צו קענען צוזאמשטעלן די ריזיגע בודזשעט ווי עס ווערט געטיילט בדרך כבוד פאר רבבות אידן מיליאנען דאללער בלי גוזמא.


ער איז א ברודער פונעם אלעסקער רבי׳ן, רבי יצחק אשכנזי, און אויך מיט אנשיל אשכנזי, געווען א מלמד אין סאטמאר וויליאמסבורגער תלמוד תורה מיט יארן צוריק.