ניסוך המים
ניסוך המים איז א מצווה וואס ווערט אפגעראכטן אין די צייט וואס די בית המקדש שטייט, צופרי יעדן טאג אין די טעג פון חג הסוכות. די מצווה איז אפגעראכטן געווארן דורך גיסן וואסער ביים מקריב זיין דעם קרבן תמיד פון אינדערפרי אין צוגאב צו ניסוך היין וואס איז אפגעראכטן געווארן לענגאויס דעם יאר ביים מקריב זיין קרבנות.
די מצוה ווערט טאקע נישט דערמאנט אין די תורה, אבער לויטן מסורת איז דאס אן "הלכה למשה מסיני". מיט דעם, האבן חז"ל געטראפן א רמז צו ניסוך המים אין פרשת פנחס פון קליינע טוישונגען אין די אותיות צווישן די פסוקים - וואס זענען כמעט די זעלבע גלייך - וועגן די קרבנות פון די פארשידענע טעג פון סוכות, וואס שאפן צוזאמען די צירוף "מים"[1]. אין ספר שמואל[2] ווערט דערמאנט ניסוך מים, אבער עס איז נישט פארבינדן צו רעגן אדער צו חג הסוכות.
טעם פון די מצוה
דאס ניסוך ווערט געטון אום יום טוב סוכות וואס אין אים דאוונט מען און מען ווערט פארמשפט וועגן די וואסער - די ווינטער רעגן פון די יאר. די קרבן ניסוך המים, ענליך צו מנחת העומר אדער צו ברענגען ביכורים, איז ווי א קרבן ראשית אויפן ווינטער, ווי עס שטייט אין תוספתא: ”אמר רבי עקיבא: אמרה תורה: הבא עומר שעורים בפסח, שהוא פרק שעורין, כדי שתתברך עליך תבואה... הבא ניסוך המים בחג כדי שיתברכו עליך גשמים.” (תוספתא סוכה, סוף פרק ג.)
סדר פון די מצוה
יעדן טאג פון די טעג פון סוכות, פארטאגס, זענען די כהנים און דער פאלק ארויס שעפן וואסער פון מעיין השילוח אין א גאלדענע קרוג וואס אנטהאלט דריי לוג (ארום א ליטער). דאס שעפן איז געטון געווארן אין עפנטליכקייט און מיט גרויס פאראד, און איז באגלייט געווארן מיט מוזיקאלישע אינסטרומענטן. נאכן שעפן, איז מען אנגעקומען צו שער המים אין בית המקדש דארט האט מען געבלאזן מיט טרומפייטער און שופרות תקיעה תרועה תקיעה. דער כהן וואס האט זוכה געווען אין די עבודה פון מנסך זיין, איז ארויף אויפן כבש צום מזבח העולה, און זיך געקערט צו די מערבית-דרומית ווינקל, דארט האט מען אפגעראכטן די נסכים. דער כהן האט געגאסן די וואסער פונעם גאלדענעם קרוג אין א זילבערנע טעפל וואס איז געלעכערט פון אונטן, צוזאמען מיטן גיסן וויין אין א זעלבע סארט טעפל דערנעבן, וואס איז אויך געלעכערט פון אונטן[3]. פון די טעפלען האבן די וואסער און די וויין גערינען דורך די מזבח צו די שיתין (א טיפער חלל אונטערן מזבח).
קעגנערשאפט פון די צדוקים
אין מסכת סוכה[4] ווערן געשילדערט די פרואוון פון די צדוקים צו בטל מאכן די מצוה פון ניסוך המים, דאס וויבאלד עס ווערט נישט דערמאנט קלאר אין תורה שבכתב נאר בלויז אין תורה שבעל פה. עס ווערט אויך געשילדערט א פאל ווען א כהן א צדוקי האט געגאסן די וואסער אויף זיינע פיס, כדי צו פארשעמען די מצוה. לויט ווי עס ווערט געשילדערט, איז די רעאקציע פון די פרושים געווען זייער א ביטערער - דאס גאנצע פאלק האט אים באווארפן מיט זייערע אתרוגים. וועגן די מעשה, האבן חז"ל באשטימט אז די מצוה פון ניסוך המים זאל אפגעראכטן ווערן עפנטליך און פייערליך - כדי צו נעגאטיווירן די דעה פון די צדוקים.
די מצוה היינטיגע צייטן
די מצוה פון ניסוך המים איז נישט איינגעפירט למעשה נאכן חורבן. מיט דעם, לויט די דעה וואס ערלויבט צו אפרעכטן די מצוה ביים פלאץ פון מזבח אויך ווען עס פעלט, האט התנועה לכינון המקדש וואס טוט צו צוריק ברענגען די עבודת המקדש, אפגעראכטן אין פארגאנגענהייט אין די יארן ה'תשמ"ט, ה'תש"ן און ה'תשנ"א די מצוה פון ניסוך המים[5]. דאס פארבאט צו אריינברענגען תשמישי קדושה און די שטרענגע אונטערזיכונגען אין הר הבית אין די לעצטערע יארן האבן אפגעהאלטן אויך די איינפירונג.
פון סוכות תשע"ה רעכטן אפ די ארגאניזאציעס פון בית המקדש א צערעמאניע פון "איבונגען אויף ניסוך המים" און זיי שעפן וואסער פונעם שילוח און זיי גיסן עס אויף א כמו מזבח אין די אידישע פערטל אין ירושלים.
זעט אויך
צו ליינען נאך
יוסף תבורי, מועדי ישראל בתקופת המשנה והתלמוד, הוצאת מאגנס, ירושלים ה'תשנ"ה, עמ' 198 ואילך.
דרויסנדע לינקס
רעפערענצן
- ↑ "מתניתין דרבי עקיבא, דרבי עקיבא אמר ניסוך המים דבר תורה: בשני ונסכיהם בששי ונסכיה בשביעי כמשפטם מ"ם יו"ד מ"ם: מים" (ירושלמי, ראש השנה, פרק א' הלכה ג'). רבי עקיבא באציט זיך צו די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען אין בית המקדש חול המועד סוכות, אין צייט וואס ער פארלאזט זיך אויף קליינע אותיות טוישונגען וואס זענען דא אין געוויסע ווערטער, וואס ענדע שאפן זיי די ווארט "מים" - אין אלע טעג שטייט "ונסכה", אבער אינעם צווייטן טאג שטייט אנשטאט דעם "ונסכיהם" (מיטן צולייגן די אות מ"ם), און אינעם זעקסטן טאג שטייט "ונסכיה" (מיטן צולייגן די אות יו"ד). אין אלע טעג שטייט געשריבן "כמשפט", און אינעם זיבעטן טאג שטייט "כמשפטם" (מיטן צולייגן די אות מ"ם). און דאס איז דער רמז
- ↑ שמואל א ז, ה; שמואל ב כג, טז.
- ↑ כדי דאס ארויסגיין פון די וואסער און די וויין זאלן זיך ענדיגן צוזאמען, איז די לאך פון די טעפל וויין געווען ברייטער, וויבאלד די וויין איז מער געדיכט, און וויבאלד מען האט אנגעהויבן צו גיסן די וויין און די וואסער אויף אמאל.
- ↑ משנה, סוכה ד, ט
- ↑ בטאון יבנה המקדש גיליון 242.