רוי:רבי שמואל דוד האלבערשטאם

רבי שמואל דוד האלבערשטאם
טעטיגקייט אָרט בארא פארק
דינאסטיע צאנז-קלויזענבורג
2'טער צאנז-קלויזענבורג'ער רבי
תשנ"ד -

רבי שמואל דוד האלבערשטאם איז דער צאנז־קלויזענבורגער רבי אין די פאראייניגטע שטאטן.

די דריי נשיאים פון כולל חיבת ירושלים אין אמעריקא, במרכז הקלויזנבורגר רבי

דער רבי איז דער יונגערער זון פון דעם פריערדיגן צאנז־קלויזענבורגער רבי'ן זי"ע, רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם. נאך דעם וואס זיין טאטע איז אוועק אום ט' תמוז תשנ"ד האבן די חסידים אים אויפגענומען אלס איינער פון די צאנז-קלויזנבורגער רבי'ס.

ער וואוינט אין בארא פארק, ניו יארק, וואו ער האט זיין גרויסן בית המדרש אין צענטער פון געגנט.

דער רבי איז באוואוסט מיט זיין שטארקער עבודת התפילה, בפרט ביי קריאת שמע, ווי מען קען ממש זען ווי דער רבי איז מקבל עול מלכות שמים מיט מסירת נפש, און מען זעט ווי דער רבי גייט אויס ביים ווארט "א-ח-ד" און ביי די ווערטער פון "ואהבת את ה' אלקיך" "בכל לבבך" אז עס קען דויערן צוויי אדער צוויי א האלב שעה די ערשטע פרשה פון קריאת שמע אליין.

אזוי אויך פירט דער רבי אן א גאר לאנגע עבודה ביי שלוש סעודות ווי די זמירות און תורה ציעט זיך אריין לאנגע שעות אינעם מוצאי שבת, ווי מבקשי השם פון בארא פארק קומען כסדר שואב זיין מיט חיזוק והדרכה.

דער רבי איז אויך שטארק באוואוסט מיט די שטארקע פלפולים יעדע וואך פרייטאג צונאכט, אזוי אויך יעדן יום טוב, בפרט חנוכה זאגט דער רבי אלע אכט נעכט שטארקע פלפולים אויף דער סוגיא פון כבתה זקוק לה. עס איז אויך באקאנט פאר אלע מחברי ספרים אינעם פעלד פון פלפולים, אז מען קומט יעדע געלעגנהייט אריין צום רבי'ן אין הויף צו כאפן א רעיון, חידוש אדער סברה, וואס קען זיין גאר נוצבאר פאר תלמידי חכמים.

דער רבי איז דער נשיא פון דער קהילה און מוסדות צאנז קלויזענבורג פון אמעריקא. די קהילה האט מוסדות און שולן אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי און לעיקוואד, און אויך אין מאנטריאל, לאנדאן און אנטווערפן, און אזוי אויך אין ארץ ישראל אין ירושלים, בני ברק, און בית שמש. אויך איז דער רבי נשיא פון מפעל הש"ס העולמי און נשיא הכבוד פון דעם גאליציאנער כולל צדקת רבי מאיר בעל הנס אין אמעריקא.

זיין חסידות ציילט איבער צוויי און א האלב טויזנט משפחות[מקור פארלאנגט] איבער דער גארער וועלט.

דרויסנדע לינקס

מוסטער:רב-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!