רוי:זגאל

ווערסיע פון 10:42, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

אין ביאלאגיע, איז א זגאל די גרונטלעכע איינצלהייט פון ביאלאגישער קלאסיפיקאציע און טאקסאנאמיע. אפט טוט מען דעפינירן א זגאל אלס א גרופע פון ארגאניזמען וואס קענען פלאדיען זיך צוזאמען צו שאפן נייע דורות. למשל, א פערד מיט אן אייזל זענען צוויי באזונדערע זגאלן, כאטש א מוילאייזל ווערט געבוירן פון זיי צוזאמען, ווייל דער מוילאייזל וועט קיין מאל נישט פלאדיען.

די געוויינטלעכע נעמען פון פלאנצן און בעלי חיים אפטמאל זענען די נעמען פון זגאלן, למשל לייב און ים-פערד באדייטן זגאלן. פון דער אנדערע זייט איז הערש דער נאמען פון א פאמיליע פון 34 זגאלן, כולל רויטער הערש און לאס.

יעדער זגאל געהערט צו א מין. דאס איז א השערה פון ביאלאגן אז די זגאלן פון איין מין זענען מער פארבונדן מיט די זגאלן פונעם זעלבן מין ווי די זגאלן פון אנדערע מינים. יעדע זגאל ווערט געגעבן א צווייפאכיגן נאמען, געשאפן פון דעם מין נאמען מיטן זגאל נאמען, לויט דער שיטה פון קארל פאן לינע. למשל די לאנגבלעטערדיקע סאסנע ווערט גערופן Pinus palustris.


צווייפאכיגע קאנווענץ

דער צווייפאכיגער נאמען וואס די וויסנשאפטלער ניצן איז לאטייניש (אדער געמאכטע לאטייניש, ווייל מען ניצט ווערטער וואס שטאמען פון אנדערע שפראכן ווי אויך נעמען פון מענטשן און ערטער). צו ערשט שרייבט מען דעם מין (מיט דעם ערשטן אות גרויסהאפטיק), דערנאך נאך א טערמין: למשל דער גראער וואלף געהערט צום זגאל Canis lupus, דער גאלדענער זשאקאל צום זגאל Canis aureus א.א.וו., אלע די געהערן צום מין Canis. דער נאמען פונעם זגאל איז די צוויי ווערטער צוזאמען (נישט דאס צווייטע ווארט אליין).