רוי:ווענעזועלע

ווערסיע פון 10:42, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
באליוואַרישע רעפובליק פון ווענעזועלע
פאן ווענעזועלע
סימבאָל ווענעזועלע
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: Gloria al Bravo Pueblo
גלאריע צום בראַוון פֿאלק
אָרט פון ווענעזועלע
קאָנטינענט דרום אמעריקע
אָפיציעלע שפּראַך שפאניש
הויפּטשטאָט קאראקאס
רעגירונג פעדעראלע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
ניקאלאס מאדורא, כואן גואיידא
גרינדונג דאַטום
דעם 13טן יאנואר, 1830
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
916,445 קוואַדראַט ק"מ
33סט
0.32
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

28,199,825
40סט
30.2 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע 358.623 ביליאן (31סט)
וואַלוטע באליוואר
צייט זאָנע 4:30 - UTC
אינטערנעט דאָמען ve..
טעלעפאָן קאָד 58+

װענעזועלע (שפּאַניש: Venezuela), אפיציעל די באליוואַרישע רעפובליק פון ווענעזועלע (שפאניש: República Bolivariana de Venezuela), איז אַ פעדעראלע רעפובליק אויפן צפון בארטן פון דרום אַמעריקע. דאס לאנד גרענעצט גייאנע צו מזרח, בראזיל צו דרום און קאלאמביע צו מערב. צו צפון־מזרח זענען די אינזלען פון טרינידאד און טאבאגא. איר הױפּטשטאָט איז קאראקאס.

עס האט פיל נאטורליכע אוצרות אין זיך, אבער דער הויפט אוצר ביי איר איז נאפט, דאס איז איר קוואל פון רייכטוהם, זי פארמאגט עטלעכע הונדערטער טורעמס מיט גרויסע גראב מאשינען פון ווי מען גראבט פיר און צוואנציג שעה א טאג אסאך נאפט וואס ווערט פארקויפט אין אויסלאנד ספעציעל צו די פאראייניקטע שטאטן, דעריבער האט ווענזועלע א שטארקע איינפלוס אין אפעק, ווי אלע לענדער וואס פארקויפן נאפט זענען מיטגלידער. חוץ דעם פארמאגט זי אויך נאך אוצרות ווי גאלד, קופער, אייזן, זאלץ. אויך האט דאס לאנד פארשידענע מיני פיש, וואס איז א גרויסער באשעפטינגוגט פאר די ארימע איינוואונער פון דאס לאנד.

איר הויפט שפראך איז שפאניש, זי פארמאגט בערך 12 מיליאן מענטשן. איר הויפטשטאט איז קאראקאס ווי עס וואוינען איבער 3 מיליאן מענטשן. אויך וואוינען דארט אסאך פארמעגליכע רייכע יידן מיט פראכטיקע אידישע געמיינדעס, וואס זענען וואויל באקאנט אין דער וועלט מיט זייערע מעשי צדקה וחסד.

אין ווענעזועלע געפינט זיך דער העכסטער וואסער פאל אויף דער וועלט דער ענגעל וואסער פאל, עס איז טאקע שמאל און עס גיסט זיך פון איר ווייניג וואסער, אבער דאך איז עס די העכסטע, עס גייט אראפ פון א הויך פון 980 מעטער.

דער פאליטישער מצב אין ווענעזועלע איז וויבאלד דאס מערהייט פון פאלק לעבן אין גרויס ארעמקייט עס איז דא א גרויסע צווישענשייד צווישן די ארימע און רייכע וועלכע זענען לערך צוואנציג פראצענט פון די באפעלקערונג, די ארימע באפעלקערונג איז זייער בייז אויף די רייכערע און באטראכטען די העכערע קלאס אלס גנבים און שווינדלער און זאגן דאס איז וויבאלד אמעריקא העלפט די רייכע, דעריבער איז אויפגעשטאנען יוגא שאוועז וועלכער האט גוט פארשטאנען דעם מצב און האט געפרעדיגט אז די רייכע און אימפארליסטישע אמעריקע בראש פון בוש איז שולדיג אין אלעס, ער איז געווארן פרעזידענט פון ווענעזועלא און זייט דעמאלטס רייסט ער אראפ אמעריקא און פרעזידענט בוש מיט וואס ער קען. ער באטראכט זיך א קאמפאטישן פאר א אמעריקע, און פרויבירט צוזאעמענעמען אלע שונאים פון אמעריקא צו זיין פאראייניקט קעגן איר, אזעלכע מדינות ווי קובא אין עקסטרעמע אראבישע לענדער זענען זייע בעסטע פריינד.

עטימאלאגיע

זי הייסט ענדליך צו דעם נאמען ווענעציע, וויבאלד אין יאהר ה'רצ"ט זענען די איטאליענער אהין אנגעקומען, זיי האבן געזען הייזער אויף שטאנקן ארויסגעשטעקט פון די וואסער עס האט זיי דערמאנט פון דער באוואסטער שטאט אין איטאליע, ווענעציע, וואס אירע גאסן זיינען פיל מיט וואסער, דערפאר האבן זיי גערופן דאס פלאץ ווענעזועלע, וואס מיינט די קליינע ווענעציע.

געאגראפיע