מחבר

פילע נעמען אן אז דער מחבר פון ספר יוסיפון איז יוסף בן מתתיהו, וואס ווערט אנגערופן אין ספר יוסיפון "יוסף בן גוריון"[1]. די מיינוג שטאמט פון די פארשפרייטע ווערסיע פון ספר יוסיפון, וואס איז א שפעטערע און פארברייטערטער. די רעפרענצן צו יוסף בן מתתיהו'ס ווערק זענען אין דעם ווערסיע אין א לשון מדבר בעדו, אנדייטנדיג אז יוסף בן מתתיהו זעלבסט איז דער מחבר פון ספר יוסיפון. יוסף בן מתתיהו דערציילט אין זיין גריכישע ווערק איבער אן אידישע היסטאריע בוך וואס ער האט פארפאסט "אין די שפראך פון די עלטערן"[2], און ספר יוסיפון געבט אן אז ער איז יענעם חיבור

ויתר דבריו הלא הם כתובים על ספר מלכי מדי ופרס, ועל ספרי אני יוסף הכהן בן גוריון הכהן אשד כתבתיו לרומיים, והוא הספר הנקרא יוסיפוס. ואני הוא יוסף בן גוריון אשר הגלו אותו טיטוס ואספסינוס מירושלים. גם דברי כורש כתובים עוד על ספרי מלכי הרומיים. והנה זה הספר אני יוסף בן גוריון הכהן כתבתיו לישראל

ספר יוסיפון פרק שלישי

.

אין די עלטערע ווערסיעס פון ספר יוסיפון איז קלאר אז דער חיבור איז בלויז א זאמלונג פון שטיקלעך, וואס דער מלקט האט איבערגעזעצט פון די גריכישע ווערק פון יוסף בן מתתיהו – "יוסף בן גוריון"[3]. דער מחבר טוט רעפערירן צו די ווערק פון "יוסף בן גוריון" בלשון נסתר, ער טוט פונאנדערשיידן צווישן זיך אין יוסף, און אויף איין פאלץ דערציילט ער קלאר איבער די מהות פון זיין ווערק:

ואני ליקטתי דברים מספר יוסף בן גוריון ומספרי סופרים אחרים אשר כתבו מעשה אבותינו, ואיגדתי אותם במגילה אחת.

ספר יוסיפון, כתב יד ירושלים[4]

ווי עס איז אנגענומען ביי א מערהייט פארשער, איז ספר יוסיפון פארפאסט געווארן אין איטאליע. דוד פלוסער ווייזט אויף איין כתב יד, וואו עס ווערט אנגעגעבן אז דער מחבר האט עס געשריבן אין יאר תתפ"ה לחורבן הבית (ד'תשי"ד)[3]. פון דער אנדערע זייט ווערט "ספר יוסף בן גריון כהן גדול" דערמאנט אין די פירוש אוף ספר יצירה פון רבי דונש בן תמים וואס איז געשריבן געווארן ארום יאר דתש"כ[5]; און געוויסע האלטן אז רבי סעדיה גאון האט שוין געהאט ספר יוסיפון פאר זיך[6]. אנדערע פערדערן די צייט פונעם מחבר צום פערדע יארהונדערט למספרם, אדער גאר בעפאר חתימת התלמוד [5].

אינהאלט

אין די פארשפרייטע ווערסיע, איז דער חיבור צוטיילט אין זעקס ביכער.

דער ספר איז באזירט מערסטענס אויף די ווערק פון יוסף בן מתתיהו אין גריכיש. דער מחבר האט לכאורה גענוצט דעם לטיינישן איבערזעצונג, באקאנט אלץ "הגסיפוס". דער מחבר האט אויף פרובירט און צוגאב אויסצוגראדן די סתירות צווישן יוסף בן מתתיהו און די ווערטער פון חז"ל.

ווערסיעס

עס זענען פארהאן בעיקר דריי ווערסיעס פון ספר יוסיפון. די עלטסטע ווערסיע וואס איז ווארשיינליך די נענטסטע צו די ארגענעלע, געפונט זיך אין עטליכע כתבי יד וואס זענען מעתיק פון "רבינו גרשום הגדול מכתיבת ידו", ווי אויך אין ספר הזכרונות לירחמיאל. אין דער ווערסיע ווערט "יוסף בן גוריון" דערמאנט ווי א מקור צום אינהאלט פונעם ספר, נישט ווי דער פארפאסער זעלבסטציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; א רעפערענץ אָן א נאמען דארף האבן תוכן. די צווייטע ווערסיע איז דער פון די מאנטאווער דורק פון יאר ה'ר"מ. עס איז ענדליך צום ערשטן, אבער יוסף בן גוריון נאמען ווערט דערין אינגאנצן נישט דערמאנט (אויסער אינעם נאמען פונעם ספר), און עטליכע אומפארשטענליכקייטן פון די ערשטע וועסיע זענען אויסגעגלאט געווארןציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; א רעפערענץ אָן א נאמען דארף האבן תוכן. די דריטע ווערסיע איז דער פון דער קאנסטאנטינאפאלער דרוק פון יאר ה'ר"ע, וואס איז באזירט אויף די כתב יד פון רבי יהודה בן משה אבן משקוני. די ווערסיע איז פיל מער פארברייטערט, און ענטהאלט פילע הוספות. אזוי אויך זענען די ערווענונגען צו יוסף בן גוריון געטוישט געווארן, אזוי אז עס טוט אנדייטן אז יוסף בן גוריון זעלבסט איז דער מחבר פון דעם ספר. רבי יהודה אבן משקוני שרייבט אין זיין הקדמה צום ספר, אז ער האט געהאט פאר זיך עטליכע נסחואות, און ער האט פון זיי צוזאמען געשטעלט זיין נוסח וואס ענטהלאט אלע געשיטעס און אלע דעטאלן פון אלע ווערסיעסציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; א רעפערענץ אָן א נאמען דארף האבן תוכן. די ווערסיע פון די וויניציע דרוק, איז באזירט אויף די קאנסטאנטינאפאלער, אבער איז מוגה און איבערגעארבעט לויט די מאנטובער דרוק, און לכאורה אויך לויט כתבי יד וואס זיי האבן געהאט. אלע שפערטערע מהדורות האבן איבערגעדרוקט די וויניציער דרוק[7].

פארלעסליכקייט און קאנרטעווערסיע

ספר יוסיפון איז געווען פאררעכנט אלץ א שטארקע פארלעסליכע מקור ביי די ראשונים, וואס האבן עס אראפ געברעגנט מערערע מאל אין זייערע חיבורים. ספר יוסיפון ווערט שוין געברענגט אין מדרש לקח טוב[8], און דורך רש"י פילע מאל, בפרט אין זיין פירש אויף דניאל. אזוי אויך ברענגן אים די בעלי התוספות, דער אבן עזרא, רד"ק, רז"ה, רמב"ן און פילע נאך[9].

צו ליינען מער

רעפערענצן

  1. ווערטהיימער זייט 24
  2. יוסף בן מתתיהו, מלחמת היהודים ספר א פרק א
  3. 3.0 3.1 פלוסר זייט 14
  4. כתב יד ירושלים אויף די וועבזייטל פון הספריה הלאומית
  5. 5.0 5.1 פרשל זייט קע

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שולמית סלע, "זיכרונות התקופה החשמונאית בספרות הערבית היהודית של ימי הביניים", מיכאל 14, תל אביב, תשנ"ז, זייט כב; ווערטהיימער זייט 24
  7. ווערטהיימער זייט....
  8. רבי טוביה בן אלעזר, מדרש לקח טוב מגיל אסתר, פרק ה
  9. זע: ווערטהיימער זייט 24 און ווייטער