רוי:ערווין שרעדינגער

עסטרייכער פיזיקער
ווערסיע פון 02:47, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: עסטרייכער פיזיקער)
ערווין שרעדינגער

ערווין רודאלף יאזעף אלעקסאנדער שרעדינגער (דייטשיש: Erwin Rudolf Josef Alexander Schrödinger; ‏12טן אויגוסט 18874טן יאנואר 1961) איז געווען אן עסטרייכער פיזיקער וואס האט אנטוויקלט א צאל יסודותדיקע רעזולטאטן אינעם פעלד פון קוואנטן-טעאריע, וואס זענען געווארן דער יסוד פון כוואליע־מעכאניק: ער האט פארמולירט די כוואליע־גלייכונג (שרעדינגער גלייכונג) און האט אנטפלעקט אז זיין אנטוויקלונג פונעם פארמאליזם איז אינגאנצן צוגעפאסט צו מאטריקס־מעכאניק.

אויך האט ער געשריבן אין פארשידענע פעלדער פון פיזיק: סטאטיסטישע מעכאניק, טערמאדינאמיק, קאליר טעאריע, עלעקטראדינאמיק, אלגעמיינע רעלאטיוויטעט, און קאסמאלאגיע.

אין 1933 איז ער באלוינט געווארן מיטן נאבעל פריז פאר פיזיק צוזאמען מיט פאל דיראק.

ביאגראפיע

שרעדינגער איז געבוירן געווארן אין ערדבערג, ווין, דעם 12טן אויגוסט 1887. ער האט שטודירט מאטעמאטיק און פיזיק אין ווין. אין דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער געווען א זעלנער. נאכדעם איז ער געווען א פראפעסאר אין יענא, ברעסלוי און שטוטגארט.

ער האט געהייראט זיין ווייב אן־מארי אין 1920.

אין 1921, איז ער אריבער צום ציריכער אוניווערסיטעט. אין 1927, איז ער געווארן דער נאכפאלגער פון מאקס פלאנק ביים פרידריך ווילהעלם אוניווערסיטעט אין בערלין. אבער אין 1934 האט שרעדינגער באשלאסן איבערלאזן דייטשלאנד, ווייל ער האט נישט געקענט פארטראגן דעם אנטיסעמיטיזם פון די נאציס.

דרויסנדע לינקס


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!