רוי:טשערנאוויצער גובערניע
|
די טשערנאוויצער גובערניע (אוקראיניש: Чернівецька область, טשערניוועטסקא אבלאַסט; רומעניש: Regiunea Cernăuți) איז אן אבלאסט (גובערניע) אין מערב אוקראינע. די הויפטשטאט פון דער גובערניע איז די שטאט טשערנאוויץ. די גובערניע גרעניצט מאלדאווע און רומעניע.
געגראפיע
טשערנאוויץ גובערניע באדעקט א שטח פון 8.097 ק"מ². זי איז קלענסט גובערניע אין אוקראינע, מיט 1.3% פון דער אוקראינישער טעריאטריע.
אן דער גובערניע געפינען זיך 75 טייכן לענגער פון 10 קילאמעטער. די לענגסטע טייכן זענען די נעסטער (290 ק"מ), פרוט (128 ק"מ) און סירעט (113 ק"מ).[1] טשערנאוויץ גובערניע גרעניצט סטאניסלאוו גובערניע, טארנאפאל גובערניע, כמעלניצקי גובערניע, וויניצע גובערניע, רומעניע, און מאלדאווע.
היסטאריע
די גובערניע איז געשאפן געווארן אין דער אוקראינישער סאוועטישער סאציאליסטישער רעפובליק דעם 9טן סעפטעמבער, 1940, נאך דער סאוועטער אקופאציע פון בעסאראביע און צפון בוקאווינע.
די גובערניע אנטהאלט טיילן פון דריי היסטארישע ראיאנען: בוקאווינא, בעסאראביע און דאראהאי קאנט פון מאלדאוויע.
שטעט אין דער טשערנאוויצער גובערניע
שטעטלעך אין דער טשערנאוויצער גובערניע
דרויסנדע לינקס
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!
- ↑ About Oblast Chernivtsi Oblast State Administration (אוקראיניש)