רוי:בערעזיוו

דארף אין חוסטער ראיאן, אוקראינע
ווערסיע פון 02:31, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: דארף אין חוסטער ראיאן, אוקראינע)

(אכטונג: נישט צו פארטוישן מיט דער שטאט ברעזנא וואס איז אין סלאוואקיי)

פאנאראמע פונעם ריקער טאל לעבן דעם דארף בערעזיוו, טראנסקארפאטישע גובערניע

בערעזיוו (אוקראיניש: Березово; אונגאַריש: Berezna; רוסיש: Березовое; סלאוואקיש: Berezovo) איז א דארף אין חוסטער ראיאן, מערב אוקראינע. עס געפינט זיך 20 ק"מ צפון־מזרח פון חוסט און 60 ק"מ מזרח פון מונקאטש. היינט איז דאס אין קארפאטארוס, דער חלק אוקראינע וואס איז צוגענומען געווארן פון אונגארן.

בערעזיוו האט א באפעלקערונג פון 3000.

אידישע היסטאריע

אידן האבן לכאורה זיך באזעצט אין דארף סוף פונעם 18טן יארהונדערט. אין 1880 האבן געוואוינט אין בערעזיוו 236 אידן (פון א טאטאל פון 1,104 איינוואוינער), און אין 1921, ווען בערעזיוו איז געוועאן א טייל פון טשעכעסלאוואקיי, האט די אידישע באפעלקערונג זיך געהויבן צו 369 אידן.[1] אלע ביזנעסער אין דארף זענען געווען אנגעפירט דורך אידן. די יוגנט גרופעס האבן באלאנגט צו ציוניסטישע און צו ארטאדאקסישע ארגאניזאציעס.

אום 1941 האט די אידישע באפעלקערונג זיך געהויבן צו 376. אין יענער צייט האט די נאצי פירערשאפט געגעבן קארפאטנלאנד צו אונגארן; עטליכע אידישע פאמיליעס וואס האבן נישט פארמאגט קיין אונגערישע בירגערשאפט, האט מען זיי ארויסגעווארפן פון לאנד, און פארטריבן קיין אוקראינע וואס איז געווען אונטער נאצישער אקופאציע, און זענען דארט ליידער ערמארדעט געווארן.

די איבערגעבליבענע אידן זענען דעפארטירט געווארן קיין אוישוויץ אום 19טן מאי 1944, וואו א גרויסער טייל פון זיי זענען ליידער ערמארדעט געווארן, און דער איבריגער טייל האט זיך דערנאך באזעצט אין פארשידנארטיגע לענדער אין דער וועלט. עס זענען ניט געבליבן קיין אידן דארט היינט צוטאגס.[2]

רוב אידן אין בערעזיוו זענען געווען ספינקער און זידיטשויווער חסידים.

דרויסנדע לינקס

  • שלמה יעקב גראס, בערעזיוו, ספר מארמארוש (העברעאיש)

רעפערענצן

  1. "בערעזיוו", אויף "JewishGen" (ענגליש)
  2. בערעזיוו, ביי יידישגען קהילה-לינקען

48°18′N 23°29′E / 48.300°N 23.483°E / 48.300; 23.483  

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!