דרעפט:חק לישראל

ווערסיע פון 14:49, 19 אקטאבער 2023 דורך האט'ס אמונה (שמועס | ביישטייערונגען) (געבויט אויף די (מיין) העברי ארטיקל)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

"חֹק לישראל" (אדער אין קורצן: "חק") איז אן אויסגעשטעלט'ן סדר צו טעגליך לערנען פון תנ"ך און נאך. אויסגעשטעלט אויף די סדר פון די וואכנטליכע פרשת השבוע.

די תקנה

די תקנה פון די טעגליכן לערנען אין סדר החק האט אוועקגעשטעלט רבי חיים וויטאל ווי ער שרייבט דערויף אין הקדמה צום חק: ”סדר עסק התורה שהאדם חייב לקרוא בכל יום בקביעות, בסוד קביעת עתים לתורה”. ער האט דאס אוועקגעשטעלט לויט ווי זיין רבי די אר"י האט זיך געפירט צו לערנען טעגליך, לויט ווי עס ווערט געפאדערט פון יעדן מענטש אין הלכות תלמוד תורה [1] צו לערנען פון תורה נביאים און כתובים, און אזוי אויך משנה און גמרא, און די סדר נעמט ארום די אללע חלקי התורה.

סזענען פארהאן וואס האבן מקפיד געווען צו לערנען די חק גלייך נאך תפילת שחרית טעגליך מיט די טלית און תפילין[2], ווי די אר"י האט זיך געפירט.

אין צייט וואס פאר מערערהייט בעלי בתים איז די חק לישראל געווען די איינציגסטער סדר לימוד דורכאויס די טאג, פון צווייטן זייט ביי די תימנ'ער אידן האט מען נישט געלערנט משנה און גמרא נאר די סדר פון פון חק לישראל.

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תלמוד תורה, פרק א', הלכה י"א.
  2. בדרך כלל רבינו תם'ס תפילין.